בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט אמונה, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער שטייט אונטער אלעס, ער איז באהאלטן אין דיין ביזנעס, אין אלעס וואס דו גייסט אריבער, עס וועט דיר בקרוב צוריק ברייטער ווערן, דו וועסט צוריק האבן גרויס שפע.
עס קען זיין אז דאס וואס דו גייסט אריבער וכו', איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל הערן דיין קול ווי דו געבסט א גוטע קרעכץ, און איין ווארט פון הארץ ארויס ווי דו בעטסט: "טאטע איך קען נישט מער, טאטע איך בין אזוי פארלוירן, טאטע העלף מיר, ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין צעקוועטשטקייט" וכו' וכו'.
קען זיין נאר צוליב דעם דארפסטו דאס אריבערגיין, דיר צו ברענגען נענטער צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט: "כִּי קוֹלֵךְ עָרֵב", דיין קול איז מיר זיס, "וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה", און דיין אויסזען איז שיין (שיר השירים ב, יד).
טייערער ברודער, עס וועט דיר בקרוב בעסער ווערן, דו וועסט צוריק האבן גרויס שפע, נאר איין זאך בעט איך דיר, מאך זיך א קביעות, גיי יעדן טאג התבודדות. פאר מיט דיין קאר צו א שטילע פארק, א שטילע וואסער וכדומה, לאז די טעלעפאן אין קאר, גיי אביסל א שפאציר, קוק ארויף צום אייבערשטן און בעט אים: "באשעפער העלף מיר, באשעפער איך וויל זיין מיט דיר, איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל תכלית, איך וויל לערנען און דאווענען, און פאר דעם דארף איך פרנסה בריווח".
אוי ווי זיס, אוי ווי שיין, אוי ווי געשמאק – ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באניצט זיך מיט התבודדות; מען זעט ישועות און מען ווערט געזונט, מען האט נישט מער די פאניק אטאקעס, ווייל די אמונה ווערט אזוי שטארק, ביז מען באקומט אייזערנע נערווען.