בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.