בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלעס איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן
צניעות, קדושה, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט אפגעלאזט די מאוויס, דו קוקסט מער נישט קיין מאוויס; יעצט וועסטו זוכה זיין צו הייליגע מחשבות, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד. וויסן זאלסטו, אלע קדושות און אלע מדריגות איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן, אז מען היט די אויגן – איז די לעבן זיס, און אז חלילה מען קוקט עבירות – ווערט די לעבן אזוי ביטער, מען ליידט און מען זוכט וואו צו אנטלויפן און ענדיגן דעם לעבן.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיד), אמאל בין איך געשטאנען נעבן רבי'ן, און דער רבי רופט זיך אן: "עֶס הָאט אַ פָּנִים אַז מֶען מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן", און רבי נתן דערציילט: "איך קען נישט אראפשרייבן די תנועות וואס דער רבי האט דעמאלט געמאכט, ווי דער רבי האט אזוי געטרייסלט ביים זאגן די ווערטער, עס האט אויסגעזען ווי דער רבי האט דעמאלט עפעס גאר שטארק משיג געווען, וואס פאסירט ביים קוקן עבירות, און ביים טראכטן פון עבירות, אז די פגם קומט אן זייער הויך, השם ישמרינו".


שטארק זיך, קוק נישט קיין שום זאך, אפילו כלומר'יש איז עס נישט עבירות, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת קה:), דער יצר הרע האט זיינע טריקס ווי אזוי ער שלעפט אריין אין עבירות, ער הייבט אן צורעדן צו טון נאר דאס און נאר יענץ, ביז ער שלעפט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.