בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן אז די ישיבה אין שטעטל האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און אז דו לייגסט אריין אין די בחורים יראת שמים און מידות טובות, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, וואס האט אונז איבערגעגעבן די לימודים פון הייליגן רבי'ן.
איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן צו די בחורים פון שמירת אות ברית קודש, רעד צו זיי מיט רשפי אש שלהבת, רעד צו זיי ווי גליקליך די לעבן איז ווען מען איז אפגעהיטן, און ווי מען ליידט און מען ליידט אין לעבן אויב מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן; מען ווערט פארארעמט, מען ווערט א שלעכטער, א נערוועזער, און מען ווערט דערווייטערט רחמנא לצלן.
ווען דו רעדסט צו זיי פון שמירת אות ברית קודש, ווי הארב דאס איז - זאלסטו בחדא מחתא רעדן פון תשובה, אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול, בחורים זאלן נישט ווערן מיואש אויף וואס איז געווען לשעבר; אלץ ווען מען רעדט פון די חומר הענין - דארף מען געבן א וועג לתשובה. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה י:) אנטונינוס האט געשיקט פאר רבינו הקדוש א גרינצייג וואס הייסט גרגירא, רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס וויל אים עפעס דא שיקן א סוד, עפעס א שאלה. רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס'ס טאכטער וואס הייסט גירא האט געטון אן עבירה און איר טאטע אנטונינוס וויל וויסן וואס צו טון, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג כוסברתא, רש"י זאגט, כוס מיינט שחט, ברתא טאכטער; האט אנטונינוס צוריק געשיקט א גרינצייג כרתי, צו מרמז זיין אז מיינע קינדער וועלן דאך פארשניטן ווערן, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג חסא, האב רחמנות אויף איר. די ראשונים פרעגן אויף רש"י, וואס איז פשט, אויב האט רבינו הקדוש געהאלטן אז מען דארף איר באשטראפן - וואס האט ער צוריק געצויגן? זיי זאגן אנדערע פשטים אין די גמרא. איך האב געטראכט לויט ווי מוהרא"ש לערנט אונז, לויט ווי מען זעט אין די בריוו, ווי מוהרא"ש ענטפערט ווען מען פרעגט אים אז מען איז נכשל געווארן אין עבירות, ערשטנס איז דאס זייער שארף, כוסברתא, אז מען טוט די עבירה באקומט מען אן עונש, מען שטארבט, נאכדעם וויל מען דאך נישט אוועק שטופן דעם מענטש, עס זאל ווערן כרתי, ענדיגט מען מיט חסא, והבן למעשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.