בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב און זאגן אז זי איז דער פראבלעם - זאלסטו ענדערש תשובה טון. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער, ווען א מענטש איז פוגם בדיבור, ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה, ער זינדיגט און טוט עבירות - ליידט ער נאכדעם פון מענטשן".
גיי אין א ווינקל, זוך א פלאץ וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט, און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה; וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיטן אייבערשטן - וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין - דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.
איך וועל זיין אם ירצה ה' שבועות אין שטעטל. איך האב איינגעטיילט די ימים טובים; פסח און שבועות בין איך דארט, און חודש תשרי בין איך אין שטאט. איך גיי אהין ווייל איך דארף זיי אויך מחזק זיין, אבער נישט אז אלע דארפן אהין קומען. מאך נישט דא קיין חסידות, דו דארפסט נישט איבערדרייען דיין גאנצע שטוב צו קומען, עס פעלט בכלל נישט אויס צו קומען. דער עיקר איז, וואו מען איז - זאל מען פרובירן דאווענען מיט אנשי שלומינו און מקבל זיין די תורה פונדאסניי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.