בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - אז מען הערט נישט אויף די עבירות, קען קומען ביטערע מחלות
תשובה, עבירות, עונשים

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


...


איך האב געהערט די מעסעדזש, עס איז מיר שלעכט געווארן, איך האב געמיינט איך פאל חלשות... ווי קען זיין אזא זאך, א ווייבל זאל גיין אונטערן מאנ'ס רוקן רעדן מיט א פרעמדער מאן... הענט און פוס ציטערן מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון.


זאג פאר די ווייבל, אדער טוט זי תשובה, זי לאזט אפ די עקלדיגע גרויליגע זאך פון רעדן מיט א פרעמדער מאן אונטערן מאנ'ס רוקן – וועט דער אייבערשטער איר מוחל זיין, און אז נישט – קען אנקומען א ביטערע מחלה וואס מען ענדיגט דאס לעבן אין שפיטאל; ווייל אויף אלעס איז דער אייבערשטער מאריך אף, ער ווארט, אויסער אויף זנות (בראשית רבה כו, ה).


איך האב געהערט די מעסעדזש איידער איך האב געטאנצן מצוה טאנץ ביי א חתונה אין ישיבה, איך האב נישט געהאט כח צו טאנצן פון הערן אזא מעשה.


איך דארף מקצר זיין, איך האב נישט קיין כח.





 


 





 

#10 - אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב, זאלסטו ענדערש תשובה טון
תפילה והתבודדות, שלום בית, תשובה, ראש ישיבה, יום טוב, עונשים

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב און זאגן אז זי איז דער פראבלעם - זאלסטו ענדערש תשובה טון. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער, ווען א מענטש איז פוגם בדיבור, ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה, ער זינדיגט און טוט עבירות - ליידט ער נאכדעם פון מענטשן".


גיי אין א ווינקל, זוך א פלאץ וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט, און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה; וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיטן אייבערשטן - וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין - דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


איך וועל זיין אם ירצה ה' שבועות אין שטעטל. איך האב איינגעטיילט די ימים טובים; פסח און שבועות בין איך דארט, און חודש תשרי בין איך אין שטאט. איך גיי אהין ווייל איך דארף זיי אויך מחזק זיין, אבער נישט אז אלע דארפן אהין קומען. מאך נישט דא קיין חסידות, דו דארפסט נישט איבערדרייען דיין גאנצע שטוב צו קומען, עס פעלט בכלל נישט אויס צו קומען. דער עיקר איז, וואו מען איז - זאל מען פרובירן דאווענען מיט אנשי שלומינו און מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - אז מען היט נישט די הלכות, ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים
צרות, תשובה, סכנה, אידישע שטוב, טהרת המשפחה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען מוז היטן די הלכות נאך די חתונה, מען דארף האלטן חשבון אויף די טעג וכו', ווייל אז מען היט נישט די הלכות - ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים.


איך ציטער וואס גייט זיין. יעצט באקום איך אן הודעה אין מירון אז מען האט געטראפן ביי א יונגע ווייבל, א מאמע פון א שטוב מיט קינדער וואס וואוינט אין שטעטל - יענע מעשה. אז מען היט די הלכות, מען שפילט נישט ארום מיט די הלכות - איז מען אפגעהיטן, סיי ביי זיך און סיי ביי די שכנים.


טו תשובה, און פון היינט און ווייטער זאלט איר לעבן מיט די הלכות, מיט די הרחקות, מיט די לוח יום החודש, יום הפלגה וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, עס זאל נישט זיין קיין צרות ביי קיינעם.


 

#8 - עס איז זייער שרעקעדיג אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע שטוב
קינדער, רפואה, תשובה, אידישע שטוב, הלכה, טהרת המשפחה, עונשים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, פה אתרא קדישא מירון


 


מיינע טייערע ... און ... וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי מיינע קינדער


איך בעט ענק זייער, שפילט אייך נישט מיט די הלכות; עס איז זייער שרעקעדיג און ביטער אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע חתונה געהאטע לעבן.


איך וויל אייך נישט דערשרעקן, אבער אויב וועל איך נישט זאגן - וועט שפעטער זיין גאר שרעקעדיג, ווייל אויב מען היט נישט חס ושלום די הלכות - באקומט מען לא עלינו ולא עליכם קראנקע קינדער, עס איז ביטער דאס לעבן, און דעמאלט איז שוין שפעט.


ובכן טייערער ... און ... תחי', שפילט אייך נישט ארום, נעמט עס ערנסט. איך שרייב אייך דעם בריוו אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט פאר ענק איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא. טוט תשובה, זאגט פארן אייבערשטן אז איר האט חרטה און איר גייט איינהאלטן אלע הרחקות, ובזכות רבי שמעון בר יוחאי וועט איר געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך. איך ציטער אזוי שטארק, איך ווער אזוי דערשראקן צו הערן אז די הרחקות איז א שפיל.

#7 - דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, קומען צרות און נייע גזירות
מוסדות, בית המדרש, חובות, ראש ישיבה, דאווענען, עונשים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט זיין שטארק אין דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב מיט מנין - וועסטו זען גרויסע ישועות, דו וועסט האבן פרנסה בשפע און הצלחה.


רעד נישט קיין ניבול פה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען צרות און נייע גזירות; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר - צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


אויב דו קענסט מיר בארגן געלט פאר די מוסד, לאז מיר וויסן; איך דארף זייער וויכטיג האבן גרויס געלט צו קענען ווייטער אנגיין. קענסט זיך נאכפרעגן ביי אנשי שלומינו אויב איך באצאל; איך האב שוין געבארגט דורכאויס די יארן פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט - מיליאנען דאלער, און געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געקענט שטענדיג באצאלן אין צייט.


די וואך ליל שישי וועט זיין דער שיעור אין לעיקוואד, איך האב דארט א חתונה פון א תלמיד הישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - געענדיגט מיט די חובות
תפילות אויף אידיש, צדקה, תשובה, אידיש געלט, חובות, ראש ישיבה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ערשטע זאך - זאלסטו אפשטעלן די זאך פון בארגן, געענדיגט מיט בארגן געלט. אז דו דארפסט האבן זייער וויכטיג געלט און דו האסט נישט - זאלסטו צאמנעמען צדקה; אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אז מען האט נישט קיין געלט - קען מען צאמנעמען געלט; אבער געענדיגט מיט בארגן.


אזוי אויך בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט צוזאגן קיין געלט - אפילו פאר צדקה. אז דו האסט געלט - זאלסטו געבן צדקה, אבער דאס זיך מחייב זיין און נוצן קרעדיט קארדס - איז א גרויסע פראבלעם, ווייל דאס וועט דיר אריינשלעפן אין חובות - וועסטו שוין נישט קענען זיין אן ערליכע איד (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו); איך רעד אפילו פון זאכן וואס מען בעט דיר פון אונזער קהילה - זאלסטו בשום אין אופן בארגן געלט, און אז מען רעדט צו דיר בשם מיין נאמען - זאלסטו דאס נישט אפקויפן; נאר וואס דו זעסט אין די בריוו - דאס זאג איך, וואס דער זאגט דיר און וואס יענער זאגט דיר בשם מיר - נעם איך נישט קיין אחריות. קוק די בריוו וועסטו זען זיך אכטונג צו געבן פון בארגן, געענדיגט מיט בארגן, פון יעצט גיי איך זיין אן ערליכער איד.


אז דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות איז כדאי זיך מאכן א חשבון, אפשר געבסטו אויס געלט פאר נארישקייטן? איך זע אין ישיבה, עס איז דא געציילטע בחורים וואס לעבן מיט א שרעקליכע הפקירות, מיט א פרעכקייט; זיי קויפן זיך עסן, פרישטאג, מיטאג וכדומה - פאר טייער געלט. זיי קענען עסן אין ישיבה בחינם, דאך לעבן זיי הפקר, זיי קויפן זיך טייערע מאלצייטן. איך רעד צו זיי אסאך זיי זאלן זיך נישט צוגעוואוינען לעבן אזא הפקר לעבן; עס קומט אויס אז מען רעכנט צאם אלע סעודות צו הונדערטער דאלער א חודש, אן קיין גוזמא, דאס איז הפקירות. אזוי אויך זאג איך זיי, קענסט טרינקען וואסער אין ישיבה בחינם, אנשטאט דעם געבן זיי אויס געלט פאר סאדע, ביז מען פאלט אריין אין חובות.


מאך זיך א חשבון, אפשר לעבסטו הפקירות'דיג? איך זאג נישט דו זאלסט ווערן א קארגער, א קמצן; מען רעדט פון אויסגעבן געלט, לעבן אומאויסגערעכנט. און אז דו לעבסט יא אויסגערעכנט און דאך קענסטו זיך נישט דעקן - זאלסטו גיין ביי די הייזער נאך צדקה. קיינער דארף נישט וויסן וואו דו גייסט, דארפסט נישט קיינעם דערציילן. גיי פארנאכטס פאר א שעה, און ביים גיין ביי די הייזער זאלסטו זיך מתבודד זיין, און געב אביסל פאר צדקה און אביסל פאר דיין משפחה - וועסטו ארויסגיין פון אלע חובות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס ווארפט אריין דעם מענטש אין חובות; מוהרא"ש זאגט, דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס מאכט דעם מענטש ארעם. דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט ער זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


ארויסצוגיין פון די עבירה איז נאר דורך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, הייליגער באשעפער נעם מיך ארויס פון מיינע עבירות; וואס זאל איך טון, איך פאל אראפ, איך זינדיג, איך קען זיך נישט מתגבר זיין; העלף מיר, איך וויל אלעס פאררעכטן".


ליין איבער דעם בריוו אפאר מאל, ביז דו וועסט טאקע אפמאכן 'געענדיגט מיט די חובות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - נישט רעדן פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף, וועסטו האבן א ישועה
ישועות, סגולות, בית המדרש, דאווענען, גבאי, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה רעדן זיך אפ אז מען קען נישט דאווענען, דו שטערסט דאס דאווענען, דו שמועסט און לאכסט אויפ'ן קול מיט קלות ראש.


איך בין גרייט צו מאכן מיט דיר א געשעפט, דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה; אויב דו ביסט מקבל אויף זיך נישט צו רעדן פון אנהויב דאווענען ביזן סוף - וועסטו האבן א ישועה, און אויב חס ושלום דו וועסט ווייטער זיך אויפפירן מיט קלות ראש אין בית המדרש - וועל איך זאגן די גבאים זאלן דיר ארויסטרייבן.


די אלע וואס שטערן דאס דאווענען - וואלט ענדערש געווען זיי זאלן בלייבן אין שטוב, נישט קומען.


איך האב היינט אינדערפרי פארגעהאלטן די גבאים פאר'ן גארנישט טון און פאר'ן מיר גארנישט זאגן. איך האב זיי געזאגט: "סתם צו האבן דעם טיטל 'גבאי' און לאזן שמועסן, לאכן וכו' - דאס איז נישט גבאים", איך האב זיי געזאגט, אויב דו וועסט ווייטער שמועסן און לאכן ביים דאווענען, זאלן זיי דיר אנכאפן ביים קארג און ארויסטראגן פון שול.


אז דו וועסט אויפהערן פארשעמען דעם אייבערשטנ'ס הויז - וועסטו האבן א גרויסע נס, און אז נישט - ציטער איך וואס וועט זיין.

#4 - ווי קען א איד הויבן הענט אויף א טאטע?
כיבוד אב ואם, צרות, תשובה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע תורה זאגט (שמות כא, טו): "וּמַכֵּה אָבִיו וְאִמּוֹ מוֹת יוּמָת", איינער וואס שלאגט טאטע מאמע - דארף מען הרג'נען מיט מיתת חנק; מער פון דעם האב איך נישט וואס צו שרייבן, איך קען נישט גלייבן אז א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל זאל צוקומען צו אזא זאך - שלאגן א טאטע מכות רצח.


פאריגע וואך האסטו מיר געשריבן ווי שווער עס גייט דיר וכו' וכו', יעצט שרייבסטו מיר אז דו האסט זיך נישט געקענט איינהאלטן, דו האסט געגעבן דיין טאטן מכות רצח; שומו שמים! ווי קען א איד צוקומען צו דעם? ווי קען א איד שלאגן א טאטע?! אלעס וואס דו וועסט וועלן ענטפערן - איז נישט אינטערסאנט; אפילו דיין טאטע שלאגט דיין מאמע מיט דיין זיידע וכו' וכו' - איז דאס נישט קיין היתר צו שלאגן א טאטע.


איך פלעג הערן דרשות ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וועגן שלאגן טאטע מאמע; איך פלעג זיך וואונדערן: 'וואס? מוהרא"ש דארף רעדן פון שלאגן טאטע מאמע? ווי קען זיין אזא זאך?!' בכלל שלאגן א איד - ווי קען זיין? נאר פאר'ן אויפהייבן די הענט, פאר'ן וועלן שלאגן - זאגט שוין די תורה רשע! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "אמר ריש לקיש, המגביה ידו על חבירו, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע שנאמר 'ויאמר לרשע למה תכה רעך'; למה הכית לא נאמר, אלא למה תכה, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע", פון דא לערנט מען ארויס אז אפילו מען האט נאכנישט געשלאגן - נקרא רשע.


יעצט אז דו שרייבסט מיר דו האסט גענומען דיין טאטע און אים געגעבן גע'הרג'טע מכות - דערמאנט דאס מיר די דרשות פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט דערציילט די מעשה מיט'ן יד אבשלום. אבשלום, דוד המלך'ס זון האט אויפגעשטעלט א יד אין ירושלים, עס זאל בלייבן א זכרון פון אים. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער קיסר נאפאליאן איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט געזען דעם יד אבשלום האט ער געפרעגט וואס דאס איז, ווען מען האט אים געזאגט אז דאס האט אבשלום אויפגעשטעלט האט ער געזאגט: "א האנט וואס האט געשלאגן א טאטע - טאר נישט בלייבן", און ער האט געהייסן מען זאל עס אראפברעכן. מען זעט היינט נאר דער בנין, אבער די האנט איז אראפגעהאקט. מוהרא"ש פלעגט אויספירן: "אפילו א גוי פארשטייט דאס, אז א האנט וואס שלאגט א טאטע - דארף מען אפהאקן".


טו תשובה, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.

#3 - מען דארף זיך דורך רעדן, נישט סטראשען
שלום בית, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


דאס וואס איר טוט איז א גרויסע עבירה  איר סטראשעט אייער מאן מיט נישט גיין וכו' - דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע סכנה.


אז מען האט זאכן וואס שטערט - דארף מען זיך דורך רעדן, נישט סטראשען; דער אייבערשטער באצאלט א גרויסע שטראף.

#2 - אז איינער האט געטון עבירות, איז נאכנישט יעדער ערליכער איד א מושחת
קינדער, קדושה, התחזקות, מנוולים, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט געשריבן זייער שיינע זאכן פון דיר; זי זאגט אז דו ביסט א גוטער מענטש מיט גוטע נאטורן, זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן אויף די ווייטאג וואס דו האסט וכו' וכו'.


באמת איז דאס איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן גייען אוועק פון די תורה; בפרט יונגע מענטשן, בחורים, ווען זיי דערזעען זיך אז די מענטשן וועמען זיי האבן שטענדיג ארויפגעקוקט, די וואס דארפן זיי לערנען תורה און מצוות - די אליינס זענען מניוולים, די זענען מענטשן וואס טוען מעשה תועבה - דאס צעשאקלט זיי, ביז זיי לאזן אלעס אפ; זיי קענען מער נישט מקבל זיין קיין יראת שמים, קיין תורה און קיין הדרכה - ווייל זיי האבן נישט קיין נאמנות אין אנדערע, ביז זיי קוקן אן יעדן ערליכער איד פאר א מניוול, פאר א מושחת.


איך בעט דיר זייער, אז דו האסט זיך יעצט דערוויסט פון דיינע געשוויסטער וואס ענקער טאטע האט געטון רחמנא לצלן, זאלסטו נישט אפלאזן און אוועק ווארפן דעם הייליגן באשעפער; פארקערט, דאס דארף דיר געבן חיזוק אז די וועלט איז נישט הפקר און ביים סוף קומט ארויס אלע שמוציגע מעשים.


מענטשן מיינען אז מען קען זיך באהאלטן, מען קען טון מעשה נבלה; אבער ביים סוף ווערט מען פארשעמט פאר אלעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", דער זינדיגער מענטש זאגט 'איך קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, קיינער זעט נישט וואס איך טו', וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אן יעדן איד מיט א לאנגע בארד אז דער איז א מושחת. ליידער זענען דא וואס זענען נישט געזונט, עד כדי כך אז עלטערן טוען מיט די אייגענע קינדער השם ישמרינו און עס איז שווער נאכדעם אנצוגיין מיט'ן לעבן, בפרט די קינדער וואס ווערן בא'עולה'עט - די ווערן חרוב פאר די גאנצע לעבן, אבער דאס זאגט נישט אז יעדער איד איז אזוי; חס ושלום אזוי צו זאגן און אזוי צו טראכטן.


שטארק זיך מיט אלע כוחות. געב א קוק וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה; דו האסט א ווייב וואס פארשטייט דיר, א ווייב וואס האט רחמנות אויף דיר. זי בעט מיר איך זאל דיר שרייבן חיזוק ווערטער, זי דערציילט מיט איר הארץ אלעס וואס דו ביסט אריבער, ווי שווער עס איז דיר און ווי שטארק זי וויל ווייטער האלטן די שטוב מיט דיר, אינאיינעם אויפציען די קינדער, אינאיינעם זען נחת פון די קינדער און פון די ווייטערדיגע דורות.


איך וועל דיר נאך שרייבן נאך חיזוק; עס איז יעצט ערב פסח, איך בין פארנומען העלפן אין שטוב. אויך האבן מיר געהאט א קינד למזל טוב, מיין וויייב איז היינט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - היט די הלכות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ
שלום בית, הלכה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין דערציטערט פון וואס דו האסט געטון.


אז דו וועסט נישט היטן די הרחקות וועסטו באקומען א שטארקע קלאפ פון הימל; השמר והזהר זיך צו היטן אין די צייטן, איך ציטער פאר דיין לעבן און פאר דיין ווייב'ס לעבן. האסט יעצט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט דיר מוחל געווען אלע עבירות און שוין יעצט ביסטו אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן, היט די הלכות, היט די הרחקות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?!" "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: מיר האבן געהאלטן כמעט אלע הלכות אויסער איינצעלע זאכן האבן מיר נישט געהאלטן; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".