בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל
בחור, פרנסה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט אז איך בין דערקעגן פון פארן קיין ארץ ישראל, א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל; איך ראט דיר זאלסט בלייבן אין אמעריקע. זוך דיר א פרנסה, מאך זיך א סדר היום, שיעורים אין תורה און אויך פרנסה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ, שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן".


די אלע וואס רעדן דיך צו זאלסט פארן אויף ארץ ישראל און אויסניצן די צייט פון - ווי זיי רופן עס - "מאכן א לעבן" - די זענען נישט דיינע גוטע פריינד, די ווילן דיר נאר זען אוועק פון די אויגן, אזוי אויך די עלטערן וואס זענען גרייט צו צאלן טויזנטער דאלער פארן קינד ער זאל פארן אויף ארץ ישראל - דאס איז קודם אוועק פון די אויגן, דאס איז נישט ריכטיג.


ריכטיג איז זאלסט זיך מאכן אן ערנסטע סדר היום; דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, מקרא משנה גמרא וכו', און נעמען אן ארבעט, און ווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן וועסט טרעפן דיין שידוך.


בנוגע ארבעט וכו'; ווארט נישט ביז מען וועט דיך רופן צו ארבעטן פארן קעניג, נעם וואס פאר אן ארבעט מען טראגט אן, זיי נישט נאריש, זיי קלוג, "איזהו חכם, המכיר את מקומו" (עיין אבות ו, ו), ווער איז קלוג? דער וואס ווייסט זיין מצב, ער ווייסט דעם אמת אז 'איך בין גארנישט מיט נישט, אלעס איז נאר חסדי המקום'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.