בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ביטערע טעם וואס א גרוש און א גרושה שפירן, ערגער פון טויט
קינדער, אמונה, שלום בית, נקודות טובות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הערט נישט אויס די וואס רעדן צו אייך קעגן אייער מאן וכו', ווייל ווער עס רעדט צו א פארפאלק זיך צו גט'ן - דער איז א שליח פונעם שטן, זאל זיין ווער זאל נאר זיין.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, גלייבט באמונה שלימה אז וואס עס גייט אריבער אויף אייך איז נאר לטובה, און וויסן זאלט איר, מיט אלע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף אייך - איז דאס נאכאלץ אסאך גרינגער ווי זיך גט'ן און זיין עלענד, אפגערעדט די צער וואס די קינדער גייען אריבער ווען טאטע און מאמע זענען צעטיילט; נאר אפילו פאר אייך אליין וועט זיין אסאך שווערער.


עס בוזשעווען ווינטן פון די לינקע גאס און עס שניידט אריין אין היימישע הערצער מיט געדאנקען פון די סטרא אחרא, זיי זאגן: "הער אויף ליידן", "גט זיך און פטור פון אלע צרות", און צענדליגער און הונדערטער משפחות צעטיילן זיך השם ישמרינו, און נאכדעם איז אזוי ביטער; מען קען זיך נישט פארשטעלן די ביטערע טעם וואס א גרוש און א גרושה שפירן, ערגער ווי טויט השם ישמרינו; מען איז פארוואגלט און פארווארפן, מען האט נישט קיין פלאץ אויף די וועלט.


אנטלויפן פונעם מאן מאכט נישט גרינגער, עס מאכט נאר שווערער; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און נעמען די עצה פון רבי'ן, פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), זוכן גוטס אין זיך און זוכן גוטס אין יענעם; זוכט גוטע פינטלעך אין אייער מאן און טראכטס פון דעם, און לויבט אים און רימט אים - וועט אייך ווערן גרינגער.


דאנקט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר אנהויבן שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן, עס וועט אנהויבן קומען א טעם אין לעבן און אלע פראבלעמען וועלן אוועקפאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.