בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, תכלית, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, דער מנהל פון מיינע קינדער


איך שיק דיר משלוח מנות פון מיין הארץ. איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער, פאר זייער חינוך.


נאך אביסל וועלן מיר ליגן אין פעלד און דעמאלט וועט דאס אונז ראטעווען פון אלעם שלעכטס, דעמאלט וועט אפיר קומען די תורה, תפילה און יראת שמים פון די תלמידים.