בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קומענדיגע וואך איז שוין די הייליגע יום טוב פורים, אוי ווי מיר ווארטן שוין אויף די הייליגע מגילה... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די אויגן פון די ארעמעלייט קוקן און ווארטן אויף די צייט ווען מען גייט שוין ליינען די מגילה, זאגן צדיקים אז דאס מיינט מען נישט נאר די ארעמעלייט, דאס מיינט מען אונז, דאס מיינט מען מיך, וואס איך בין אזוי פארארעמט פון זיין ערליך און הייליג, דער יצר הרע ווארפט אראפ. מיר ווארטן אויף די מגילה צו זען ווי אפילו נאך יאוש, נאך אלע גזירות, איז מיט אביסל תפילה און מיט גיין מיט א צדיק אמת - דרייט זיך אלעס איבער און עס ווערט קלאר אז "אין שום יאוש בעולם כלל", נישטא קיין יאוש, עס איז נאך דא האפענונג.
אויך גייען מיר די וואך שבת מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אויסמעקן עמלק. ווי אזוי מעקט מען אויס עמלק? דורך רעדן פון אמונה, דורך דערציילן אלעמען מעשיות פון תפילה, דורך רעדן אפאר דיבורים צום אייבערשטן און דורך גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, ער העלפט מיר אייביג און ער וועט מיר ווייטער העלפן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.) אויפן פסוק (דברי הימים-א כט, יא): "לְךָ ה' הַמַּמְלָכָה, 'זוֹ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק'"; איז מוהרא"ש מסביר, אז דורכדעם וואס מיר רעדן פונעם אייבערשטן, מען שמועסט פונעם אייבערשטן, מען דערציילט פאר אלעמען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער איז קעניג אויף די וועלט - מיט דעם אליין מעקט מען אויס עמלק וואס וויל אריינברענגען ספיקות אין די אמונה.
איך וויל דיר בעטן, געב נישט אויס קיין געלט פאר טייערע משלוח מנות, מאך נישט נאך יעדע צעדרייטע אמעריקאנער מנהג, עס איז בל תשחית און עס האט נישט קיין זין. עס שטייט קלאר אין די פוסקים אז מען זאל מרבה זיין אין מתנות לאביונים מער ווי משלוח מנות (רמב"ם פרק ב' מהלכות מגילה, הלכה יז), מען מאכט פאר די עלטערן משלוח מנות, פאר די קינדער'ס מלמדים, פאר א נאנטער חבר וואס מען לערנט בחברותא און מען איז זיך מחזק אינאיינעם.
פון די יאר פורים וועל איך מער נישט זיצן בייטאג מיט אנשי שלומינו, היות די קהילה ווערט גרעסער דארף מען עס אוועק שטעלן ריכטיג. מען וועט קומען געבן משלוח מנות, אבער נישט בלייבן וכו'. איך האף אז אנשי שלומינו וועלן פארשטיין און מיטארבעטן און טון וואס איז ריכטיג, ווייל מען דארף אוועק שטעלן די מוסדות און די קהילה ריכטיג.
מוצאי שבת וועט זיין א סעודה אין ישיבה, מען וועט זינגען און טאנצן, און אויך זונטאג נאכמיטאג וועט זיין א שושן פורים סעודה און א פארשטעלונג פאר די קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.