בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת
שמחה, שלום בית, שבת קודש, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ראה, מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול. עס כאפט א פחד און א ציטער, מען גייט אונז אלע משפט'ן אויף דעם קומענדיגן יאר, 'מי יחיה' ווער וועט לעבן, און אזוי ווייטער; וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים מארגן? מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם, לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? זיי פרייליך היינט, און אז עס איז דיר שווער, עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, וועסטו פרעגן פרייליך מיט וואס? פרייליך מיט וואס גייט זיין, גלייב אז עס וועט זיין גוט, און מיט דעם זאלסטו אויסבארגן שמחה. אזוי ווי די מעשה גייט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת, טרייב ארויס דעם סמ"ך מ"ם פון שטוב. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכאויס די וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעֲלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


א גוט שבת.