בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אביסל חיזוק פאר די חדשים און אביסל הנהגות פאר די חדשים.
ווען מיר פלעגן דערציילן פאר מוהרא"ש אז מיר האבן נייעס, מען ווארט למזל טוב, פלעגט מוהרא"ש געבן א שמייכל און זאגן: "ברוך השם", און מוהרא"ש פלעגט זאגן מיט אן ערנסטן פנים די ווערטער: "יעצט האסטו ניין חדשים צו דאווענען און בעטן ביים אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין גרינג און גוט, סיי דאס ווארטן און סיי דאס געבוירן, אלעס זאל זיין בנקל ובנחת", איך געדענק עס ביי מיר און איך האב עס געהערט פון אנשי שלומינו, אלע האבן געהערט די זעלבע ווערטער פון מוהרא"ש, מען דארף רחמי שמים מען זאל זוכה זיין צו א געזונט קינד ברמ"ח אברים ושס"ה גידים; די תפילות זענען זייער וויכטיג.
דעריבער אז איר זענט יעצט אריין אין די חדשים, די ערשטע זאך זאלט איר יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא; אזויפיל משפחות זענען דא וואס קוקן ארויס און ווארטן, זיי מיינען יעדע חודש 'אט אט גייען מיר וויסן גוטע נייעס'; דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, אלע אידן זאלן זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך.
איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן, דאס וועט אייך געבן פיזישע און גייסטישע כוחות. די טעג זענען טעג וואס מען דארף האבן אסאך כח, מען פרעגט זיך נאך איינער ביים צווייטן ווי אזוי מען קען באקומען כח, מען נעמט ווייטאמין, מען נעמט מעדעצין, מען פארגעסט פון די בעסטע ווייטאמין - די בעסטע מעדעצין: 'דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן'; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן - ווערט מען שטארק, מען באקומט כח. דאס איז נישט קיין חלום, דאס איז א מציאות; פרובירט עס אויס, וועט איר זען ווי מען ווערט פריש און געזונט יעדעס מאל מען זאגט: "איך דאנק דיר באשעפער, איך לויב דיר אייבערשטער אז איך ווארט יעצט למזל טוב, איך דאנק דיר פאר די מתנה וואס דו גייסט מיר געבן"; די ווערטער איז שטערקער פון ווייטאמין, מעדעצין וכו' וכו'.
צווייטנס, בעטס דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיין גרינג און גוט. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן, מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:
"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.