בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן?
קדושה, הפצה, מוהרא"ש, נסיונות, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בריוו פון עצתו אמונה זענען געשריבן צי אפן? הלואי ווען מען קען שרייבן מער אפן; ווער עס ווייסט וואס עס גייט איבער אויף נשמות ישראל אין אונזער דור ווייסט אז דיקא די בריוו זענען מחזק דעם יוגענט.


מיר געפונען זיך אין א דור וואס איז ערגער פונעם דור המבול, היינט האבן מיר דעם דור המבול און דור הפלגה אינאיינעם; אידישע קינדער, בפרט בני הנעורים - אינגלעך, בחורים און מיידלעך, פאלן נעבעך אראפ אין ניאוף, יעדער איינער קען אזוי גרינג אנקומען צו זען און טון דאס ערגסטע; עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא פייער פון ניאוף, אזעלכע נסיונות פון ניאוף, און איינמאל מען זינדיגט אין ניאוף, מען איז פוגם בברית רחמנא לצלן - פאלט מען אריין אין מינות ואפיקורסות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


עס גייט א מבול אין גאס; מיר האלטן יעצט פאר ביאת הגואל וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפּיקורסות; יעצט איז א צייט פון פארשפרייטן ווי מער עצתו אמונה, נאר דאס איז די עצה, נאכאמאל אמונה און נאכאמאל אמונה.


מען האט דאס געשריגן אלע יארן אויף מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז די ספרים זענען געשריבן אפן וכו' וכו'; מענטשן וואס זיי אליינס דארפן תשובה טון האבן געשפעט און שפעטן נאך עד היום פון די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אפילו דער גרויסער צדיק רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט פארגעהאלטן מוהרא"ש פארוואס ער שרייבט אזוי אפן, וואס פעלט עס אויס? ווען מוהרא"ש האט אים דערציילט וואס גייט אריבער אויף בני הנעורים האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש: "אפשר נארט איר זיך?"


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען רבי לוי יצחק האט אים פארגעהאלטן 'אפשר נאר'ט איר זיך?' האט ער זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל אים ווייזן וואס צו טון. מוהרא"ש פלעגט וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אייבערשטער וואס טו איך, זאל איך ווייטער שרייבן? רבי לוי יצחק זאגט מיר אפשר נאר איך זיך, רבונו של עולם אפשר נאר איך זיך טאקע?" ויהי היום, קומט א אינגערמאן וויינען צו מוהרא"ש אז ער דארף א תיקון אויף זיינע עבירות, ער ליגט אין טומאה, ער זינקט אין די נ' שערי טומאה. ער דערציילט פאר מוהרא"ש אז אין ירושלים אונטער רבי לוי יצחק'ס דירה איז דא א דירה פון ניאוף, דארט וואוינען צוויי מיידלעך און זיי פארקויפן זיך פאר עבירות רחמנא לצלן; בחורים, אינגעלייט און גרושים קומען אהין זינדיגן רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן; שפעטער איז געקומען נאך איינער מיט די זעלבע מעשה, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך האב באקומען א תשובה פונעם אייבערשטן, איך האב געזען ווי מען ווייזט מיר פון הימל, אמת טאקע, רבי לוי יצחק איז זייער א גרויסער צדיק, אבער וואס טוט זיך אין די וועלט, וואס טוט זיך אונטער זיין דירה - דאס ווייזט מען אים נישט פון הימל, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די יוגענט, דאס ווייזט מען מיר, און איך מוז ראטעווען אידישע נשמות".


וואס זאלן מיר היינט זאגן ווען די דור איז געפאלן און פאלט יעדע רגע, יעדע מינוט? פון ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן איז דער דור אן אנדערע דור, ווען מוהרא"ש האט געלעבט איז נישט געווען די נסיונות וואס איז היינט דא.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים לעצטן שמועס, דעם לעצטן ליל שישי פרשת וארא תשע"ה: "איך זע ווי דער דור פאלט אזוי שטארק, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר ווי איך דארף שוין גיין"; מוהרא"ש האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף די יוגענט, פרישע טומאות; עס גייט אזוי נידריג, עס האלט ביי ברידער מיט שוועסטער וכו' וכו', מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "איך קען דאס מער נישט נעמען".


איך קען דיר שרייבן צענדליגער בלעטער, אבער איוב האט שוין געזאגט פאר זיינע פריינט (איוב טז, ג): "הֲקֵץ לְדִבְרֵי רוּחַ"; מיר דארפן טון אונזער ארבעט, ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות; טענות און התנגדות איז נאר א גוטע סימן, אך און וויי אז עס וועט נישט זיין קיין קול הברה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כב) ווען עס איז דא א קול דקדושה וועקט זיך אויף א קול הברה, עס קומט התנגדות.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא וואס צו טון, נאר איין זאך: "הפצה, הפצה און נאכאמאל הפצה". נעם די ארבעט פון איבער טייטשן די בריוו אויף לשון הקודש און צוזאמען מיט דיינע חברים זאלט איר דאס פארשפרייטן אין גאנץ ארץ ישראל.


זייער גוט אז דו ביסט גבאי, דו העלפסט דעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, אבער דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין: "הפצה, הפצה, און נאכאמאל הפצה"; דער בית המדרש איז זייער גוט און זייער וויכטיג, אבער הפצה - דאס וועט ברענגען די גאולה שלמה.


מיר געפונען זיך אין א ערגערע מצב פון די וועלט מלחמה. שטעל זיך פאר מיר האלטן יעצט אינמיטן די צווייטע וועלטס קריג און מען האט צוויי זאכן וואס מען קען טון, אדער קען מען נאך איין איד ראטעווען, מען קען נאך איין איד ארויסכאפן פון די ציין און נעגל פון די דייטשן ימח שמם וזכרם, אדער מאכן אנדערע זאכן - וואס וואלסטו געטון? וואס האט דער הייליגער צדיק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זכרונו לברכה געטון? ער האט געוויינט צו די אמעריקאנער אידן: "געבט געלט, מען קען אויסקויפן פון די נאציס ימח שמם נאך א איד", האבן זיי געזאגט: "מיר דארפן די געלט, מיר דרוקן יעצט גמרות", ער האט געוויינט: "ווער דארף יעצט גמרות? דאס איז בלוטיגע גמרות! מיט יעדע פרוטה קען מען ראטעעווען נאך א איד"; אזוי דארפן מיר קוקן אויף הפצה, וואס מער פארשפרייטן פאר נאך אידן אמונה פשוטה און די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.