בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גיין צו שאבאטאנס?
קינדער, חינוך הילדים, משפחה, יראת שמים, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, הארציגער חבר; וויסן זאלסט אז קינדער קוקן ארויס א גאנצע וואך אויף שבת, זיי שטייען און ווארטן: 'ווען קומט שוין שבת?' ווייל א גאנצע וואך זענען די עלטערן פאריאגט, נישט אלץ האט מען די רואיגקייט פאר די קינדער, אבער ווען עס קומט שבת - דעמאלט האט מען צייט און מח פאר די קינדער; זיך אפצוגעבן מיט זיי, זיי אויסהערן און זיך אינטערעסירן ווי אזוי עס איז געוען די וואך, עס איז א צייט צו געבן פאר די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט, און דעריבער ווארטן די קינדער אויף שבת, זי ווילן זיצן ביים טיש מיט טאטע מאמע, עסן די סעודות און האבן א ליכטיגער שבת.


עס איז נישט ריכטיג אוועק צו פארן שבתים מיט ברידער, שוואגערס און זיכער נישט מיט חברים, עס קומט נישט פון א גוטע פלאץ, עס קומט פון מענטשן וואס עס איז זיי נמאס צו זיין אין שטוב מיט די משפחה, די זוכן צו מאכן שאבאטאנס, אוועק פארן משפחות אינאיינעם, וואס עס קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון, מען קומט נישט אהיים מיט די זעלבע יראת שמים ווי מען איז געפארן, ובכן זאלסטו בלייבן שבת אין שטוב מיט דיין משפחה און האבן א ליכטיגער שבת; מילא אז מען מאכט א שבת מיט א רב אדער א מורה דרך וואס גייט משפיע זיין יראת שמים, חיזוק און עצות - איז איין זאך, אבער אז א שוואגער האט נישט קיין שלום בית, אים איז אומעטיג אין שטוב, אדער דיין ברודער איז נישט פרייליך מיט זיין שטוב דערפאר מאכט ער שאבאטאנס, אדער דיין בעל הבית פון דיין ארבעט וויל אוועק לויפן פון מחנך זיין די קינדער, נעמט ער צאם די ארבעטער אוועק צו פארן אויף א שאבאטאן - דאס איז נישט ריכטיג; אפילו אן קינדער איז נישט כדאי צו גיין צו שאבאטאנס, עס ברענגט נישט קיין שום גוטס, און זיכער אויב מען האט קינדער איז אן עוולה צו גיין צו שאבאטאנס, פאר די חינוך פון די קינדער.


א פרייליכן שבת.