בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
בנוגע וכו'; זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אויסגערופן אין חדר און אין ישיבה פאר אלע תלמידים נישט צו גיין צו די מושב לצים, די פלעי וואס איז היינט פארגעקומען אין אלעד; אזוי ווייסן אלע מיינע תלמידים אז דאס איז נישט לפי רוחי.
נעם זיך נישט צום הארצן די וואס האבן געזאגט ליגנט אז זיי דארפן אהיים גיין צום דאקטער וכו' און למעשה זענען זיי געגאנגען צו די פלעי. דאס יא, לערן זיי אויס נישט צו זאגן ליגנט, אבער דארפסט דאס נישט נעמען פערזענליך, מען דארף זיי דן זיין לכף זכות, זיי גרייטן זיך שוין וואכן און חדשים צו גיין צו די פלעי, און אז מען זאגט זיי די לעצטע מינוט נישט צו גיין - איז זיי שווער געווען צו אויספאלגן.
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן צו געבן ווארעמקייט פאר יעדן איינציגסטן תלמיד, גיי התבודדות, בעט פאר יעדן תלמיד, געב ווארעמקייט פאר די מלמדים. פון איין זייט, וואס מען דארף פאררעכטן - זאלסטו זיי פאררעכטן, אבער דאס מוז גיין מיט א שטארקע ליבשאפט.
א באזונדערע יישר כח פאר יעדע מאל דו גייסט אין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש און דו וויינסט דארט פאר מיר איך זאל האבן כח אויסצופירן די שליחות פון מוהרא"ש, און פאר די תפילות וואס דו בעטסט אין יבנאל ביי מוהרא"ש פאר די מוסדות, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין, אלע תלמידים ותלמידות זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע דורות, מיר זאלן קענען אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו.
בנוגע וכו'; א שאד איך האב נישט זומער קיין וועג צו קענען רעדן צו די בחורים אין ישיבה, איך בענק זיך אזוי שטארק צו זיי, איך ווארט זיי שוין צו טרעפן אין אומאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.