בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דו זאלסט מאכן טערעפי מיט'ן טערעפיסט
בחור, צרות, משפחה, תפלות אויף אידיש, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב דיר געזאגט נעכטן ביי די חתונה אין בני ברק אז איך וועל דיר שרייבן א בריוו גלייך ווען איך קום אהיים, וועל איך עס יעצט מקיים זיין.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות; נעם אריין אין דיר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן ווערט מען מער זיכער ביי זיך, מען ווערט זייער א שטארקער מענטש.


איך האב זייער רחמנות אויף דיר, איך האב ממש מיט געוויינט מיט דיר נעכטן ביי די חתונה אז דו גייסט אריבער אזא שווערע צייט, דיינע עלטערן גייען זיך גט'ן השם ישמרינו. דו ביסט נאך אזוי יונג, דו קענסט עס נישט נעמען, דו ווערסט צעריסן פון דעם, דו שפירסט ווי עס איז דיר טונקל געווארן דיין שיינע לעבן.


אבער וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי דו רעדסט מיט אים, ער וועט דיר ווייטער געבן כח אנצוגיין אין לעבן. דו דארפסט נישט גיין צו קיינעם, אז מען רעדט צום אייבערשטן איז מען א געהאלפענער.


אז דיינע מגידי שיעור און מחנכים עקשנ'ען זיך מיט דיר אז דו דארפסט גיין צו א מטפל רגשי וכו', זאלסטו זיי זאגן אז דו ביסט פיין, עס פעלט נישט אויס. אז מען צווינגט דיר ממש צו גיין רעדן מיט א טערעפיסט זאלסטו גיין און דו זאלסט מאכן טערעפי מיט'ן טערעפיסט, זאלסט זיך מטפל זיין מיט'ן מטפל. איך האב אן א שיעור מעשיות פון תלמידי הישיבה וואס מען האט זיי געצווינגען צו גיין רעדן מיט א מטפל און עס האט זיך אויסגעשטעלט "הרי זה ללמד", יענער האט געמיינט אז ער וועט אויסלערנען דעם בחור, אבער "ונמצא למד", דער מטפל האט זיך צוגעהערט צום בחור'ל און געשלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.


פאלג דעם הייליגן רבי'ן און נעם די עצה פון התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף אידיש. איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, איך ווייז דיר א וועג ווי אזוי דו זאלסט רעדן צום אייבערשטן; אז דו וועסט דאס זאגן יעדן טאג וועסטו מיט די צייט אנהייבן אליינס צו רעדן דיינע אייגענע תפילות צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך בין א איד און איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק.


רבונו של עולם! עס טוט מיר זייער וויי, איך קען עס נישט אריבער טראגן; מיינע עלטערן גיין זיך גט'ן, איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך שפיר ווי מיין לעבן גייט זיך ענדיגן. איך וויל האבן עלטערן וואס לעבן צוזאמען, איך שפיר ווי עס רירט מיר אן מיינע נערוון, איך האלט עס נישט אויס; העלף מיר, נעם מיר ארויס פון מיין צרה.


הייליגער באשעפער! דו ביסט דער כל יכול, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל זיין שטארק ווי אייזן נישט צו ווערן צעפאלן פון דאס וואס גייט אריבער. אונזער גאנצע משפחה איז צעריסן און צעשניטן, העלף אונז באשעפער, העלף מיר, איך בין נאך יונג, מיין מח קען עס נישט דערהייבן.


רבונו של עולם! תפילה איז מיין איינציגסטע האפענונג, בעט איך דיר הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, געב מיר שטארקייט איך זאל זיין שטארק און איך זאל קענען שטארקן אנדערע חברים וואס גייען אריבער אנדערע צרות, זיי שטארקן מיט אמונה. געב מיר כח איך זאל דיר דינען בשמחה, אויך בעט איך דיר טאטע אין הימל האב שוין רחמנות אויף אלע אידן; אידישע קינדער זענען זייער צעבראכן, מענטשן זענען פארלוירן, שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה אמן".


איך ווארט דו זאלסט מיר צוריק שרייבן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.