בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט אזעלכע גרויסע זאכן; דיין ארבעט, פלאג און מי - איז אין זאכן וואס וועט בלייבן; יעדע ווארט וואס מען רעדט צו קינדער - בלייבט אויף אייביג, יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט יראת שמים, יעדע שמייכל - בלייבט.
דער עיקר שבעיקרים זאלסטו צילן אויף איין נקודה, דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה. מען דארף רעדן פון אלעמען, מען דארף רעדן פון גוטע מידות, פון יראת שמים, פון מצוות ומעשים טובים, אבער דער עיקר איז אמונה! די גאנצע תורה האט דער אייבערשטער געגעבן נאר אז מיר זאלן וויסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער האט אלעס באשאפן.
רעד אויך פון צייט צו צייט צו די קינדער פון קדושה. ווען דו רעדסט צו די קינדער פון קדושה - זאלסטו רעדן מיט א שטארקייט; אז די קינדער פרעגן דיר ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען באדט זיך, ווען מען נעמט א שויער, ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען גייט ארויס - זאלסטו זיי קלאר ענטפערן אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. האב נישט מורא אז די עלטערן זענען מער מאדערענע; זיי גייט נישט אן פון וואס דו רעדסט, זיי ווילן איין זאך, די קינדער זאלן אהיים קומען צופרידן, פרייליך און לעבעדיג.
רעד צו די קינדער פון תפילה, דערצייל זיי מעשיות פון תפילה. א ברסלב'ער חסיד האט יעדן טאג מעשיות פון תפילה, ווייל יעדע זאך בעט מען פונעם אייבערשטן, צוביסליך וועסטו זען אז די קינדער וועלן דיר אנהייבן דערציילן מעשיות פון תפילה. רעד צו זיי פון תפילה פון זייערע זאכן, נישט פון הויכע זאכן. ברענג אריין אין זיי אז 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז איבעראל; אלעס וואס מען וויל, אלעס וואס מען דארף - איז דא נאר איין עצה, אים בעטן אויף די אייגענע שפראך'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.