בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי אהערצושטעלן די מצה בעקעריי.
יעצט וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר העלפן ענדיגן גראבן די מקוה ביים בית המדרש לקוטי מוהר"ן; איך מוז צושטעלן א מקוה פאר די נייע געגנט פאר שבת, איך וויל מיינע תלמידים זאלן גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט שבת קודש.
בעט איך דיר, העלף מיר ענדיגן מיט די מקוה. ווייז דעם בריוו פאר יואל הכהן. און אז דו דארפסט בחורים זאלן העלפן גראבן דעם גרוב - וועל איך דיר ארויסשיקן געטרייע בחורים זאלן העלפן. דאס וועט זיין א זכות פאר דיר פאר בנים ובני בנים, כידוע פון צדיקים אז ווער עס העלפט בויען א מקוה און אויך אן עירוב - איז דאס מסוגל פאר קינדער.
א פרייליכן כשר'ן פסח.