בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
זיי נישט ברוגז אז איך דריי זיך ארויס פון רעדן מיט דיר, איך קען נישט ליידן עצבות ומרה שחורה. וויפיל איך רעד מיט דיר פון די עצות פון רבי'ן, שעות אויף שעות - ווארפסטו עס צוריק אין פנים, א שאד פאר מיין צייט און כח.
איך זע ממש מיט מיינע אויגן דעם דיבור וואס רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען איינער רעדט זיך אפ, זאגט מען פון הימל מען וועט אים געבן נאך מער צרות, ער זאל האבן אויף וואס זיך צו באקלאגן, און פארקערט, ווען איינער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, זאגט מען פון הימל, מיר וועלן אים געבן נאכמער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען".
וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט גענומען א שלעכטער וועג, דו הערסט נישט אויף וויינען און קרעכצן, אנדערע וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא שיינע לעבן וואס דו האסט; דו ביסט געזונט, דו האסט א טייערע ווייב; וואס פעלט דיר? אנשטאט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, זאגן: "עס איז מיר גוט", "דער אייבערשטער איז גוט צו מיר", - טוסטו קרעכצן טאג און נאכט. ווען איך רעד מיט דיר פאל איך אליינס אריין אין עצבות, דעריבער רעד איך נישט מיט דיר.
זיי מיר מוחל; אדער, אז דו ביסט מחליט צו טוישן דיין וועג פון טראכטן - דעמאלט וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר.
נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי א שפאציר און בעט נאר אויף די איינע זאך, אויף שמחה:
"רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך; נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה.
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל גלייבן אין דיר; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, דאס גוטס - ביסטו, און דאס שלעכטס - ביסטו; נישטא קיין גוטס, נישטא קיין שלעכטס, אלעס אלעס ביסטו אליין.
רבונו של עולם, זכינו להיות בשמחה תמיד! העלף מיר איך זאל זיין שטענדיג פרייליך; וואס קען איך טון, איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי נעגעטיוו; איך זע נאר שלעכטס, איך הער נישט אויף צו קרעכצן, העלף מיר טאטע, רחם עלי בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל".
אויך זאג קאפיטל כט: "מזמור לדוד, הבו לה' בני אלים", וגומר; דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה".
אויך זאלסטו אנצינדן א לעכט לזכות רבי מאיר בעל הנס און געבן אפאר פרוטות לצדקה דו זאלסט קענען ארויסקריכן פון די עצבות ומרה שחורה.
לאז מיר וויסן וואס פאר א וועג דו ווילסט נעמען; די וועג פון זאגן און זינגען: "עס איז מיר ביטער", אדער די וועג פון זאגן און זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט צו מיר!"
איך האב ליב געהאט צו שמועסן מיט דיר, איך פלעג זיצן מיט דיר שעות, איך פלעג שפאצירן מיט דיר, איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן נאכאמאל און נאכאמאל גוטע ווערטער אויפ'ן אייבערשטן. יעדעס מאל מען זאגט: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר" - מאכט עס אזוי גוט און פרייליך, אבער פון ווען דו זינגסט: "עס איז מיר ביטער" - דאס קען איך נישט נעמען, איך עקל זיך פון די ווערטער.
איך בעט פאר דיר יעדן טאג; ביי די חנוכה ליכט בעט איך זייער אסאך פאר דיר, ווייל איך האב דיר זייער ליב; איך האב גרויס רחמנות אויף דיר.