בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.
זייט מוחל וואס איך וועל אייך זאגן, איך האב גרויס רחמנות אויף אייך, דער שטן האט אייך גוט פארנארט, איר מיינט אז איר זענט די פרומע און אייער מאן איז פארקערט, אויסדריקליך ניין, אייער מאן איז טייער און גוט, און איר זענט אין א מרה שחורה, ווייל אז איר עסט זיך אויף טאג און נאכט אויף אייער מאן'ס רוחניות – זענט איר א גרויס רחמנות.
וואס גייט אייך אן ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס זענט איר אזוי צעקאכט אז יום טוב בלייבט ער שלאפן ביז שפעט? וואס האט דאס מיט אייך? דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס האלט אויס די משפחה, איר האט א מאן א גוטער; וואס האט זיין רוחניות מיט אייך?
עס קען גאר זיין אז איר זעט די גורם אז ער גייט נישט דאווענען, ווייל אזוי ארבעט עס, ווען מען שפירט אראפגעקוקט און ווען מען שפירט ווי מען ווערט נאכגעקוקט און שפיאנירט – וויל מען מער גארנישט.
איך בעט אייך זייער, לאזט אפ, הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג, זייט אן אשה כשרה וואס זארגט פארן מאן'ס גשמיות, ער זאל האבן עסן, קליידער און אלעס וכו' וכו'.
איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער, ווייל זיי שפירן וואס טוט זיך באהאלטן ביי אייך אין הארץ, זיי זעען ווי עס קאכט און באבלט עפעס פון אייער מאן, זייער טאטע, און קינדער ווערן צעמישט און דערשראקן.
טוט תשובה, און ארבעטס אויף אייערע מידות, און אז אייער מאן שטייט אויף שפעט – זאלט איר אים געבן מער גוטס ווי סתם אזוי וכו' וכו'.