בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואויל איז דיר וואס דו געבסט עסן פאר אנשי שלומינו
צדקה, בית התבשיל, חסד, הלכה, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר וואס דו געבסט עסן פאר אנשי שלומינו, משפחות וואס האבן נישט צו איינקויפן עסן. די הייליגע חכמים דערציילן (בבא בתרא יא.), דער הייליגער תנא בנימין הצדיק איז געווען דער גבאי צדקה, ער פלעגט אויסטיילן עסן פאר ארעמעלייט; איינמאל איז געקומען אן ארעמע פרוי און געבעטן פון דעם הייליגן תנא ער זאל איר געבן עסן, האט ער איר געזאגט: "די קאסע איז ליידיג", האט זי געוויינט און געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט געבן עסן וועל איך שטארבן אינאיינעם מיט מיינע זיבן זין", האט ער געשאפן געלט און איר געגעבן עסן. עס איז אריבער א שטיק צייט און דער תנא בנימין הצדיק איז קראנק געווארן לא עלינו, ער איז געווען אזוי שווער קראנק אז עס האט אויסגעזען ווי ער גייט שוין שטארבן, האבן די מלאכים אין הימל געזאגט צום אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַתָּה אָמַרְתָּ כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל כְּאִילוּ קִיֵּם עוֹלָם מָלֵא", דו האסט דאך געזאגט אז ווער עס העלפט א צווייטן זאל לעבן איז אזוי ווי ער מאכט לעבעדיג די גאנצע וועלט, "וּבִנְיָמִין הַצַּדִּיק שֶׁהֶחֱיָה אִשָּׁה וְשִׁבְעָה בָּנֶיהָ, יָמוּת בַּשָּׁנִים מוּעָטוֹת הַלָּלוּ", דער הייליגער צדיק בנימין וואס האט געגעבן לעבן נישט נאר פאר איין מענטש, נאר פאר א מאמע מיט זיבן קינדער - זאל אזוי יונג שטארבן? "מִיַּד קָרְעוּ לוֹ גְּזַר דִּינוֹ", האט דער אייבערשטער צעריסן זיין גזר דין און ער איז געבליבן לעבן. די גמרא פירט אויס: "הוֹסִיפוּ לוֹ עֶשְׂרִים וּשְׁתַּיִם שָׁנָה עַל שְׁנוֹתָיו", מען האט אים נאך צוגעגעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר צום לעבן.


איך וויל דיר בעטן א חשוב'ע זאך, פאריגע וואך דינסטאג בין איך געווען אין שטעטל, איך בין געווען אין חדר און אין בית פיגא, אויך בין איך געווען מיט די בחורים. איידער איך בין אוועקגעפארן בין איך געגאנגען צו האברך ..., דער שכן פונעם בית התבשיל, ער האט מיך גערופן איך זאל קומען חאלאקא'ען זיין זון. ווען איך בין געווען ביי אים אין שטוב האט זיך געשפירט זייער א שלעכטע ריח. איך האב אים געפרעגט: וואס איז די שלעכטע ריח? האט ער מיר געענטפערט אז דאס קומט פון די בית התבשיל, איך האב אים געפרעגט: איז דאס שטענדיג אזוי? זאגט ער מיר אז יא.


איך האב זיך זייער פארשעמט פון דעם, ווייל ווי נישט ווי איז די בית התבשיל אונטער מיין נאמען, און איך האב געגעבן דעם בנין וואס באלאנגט צו די קהילה אז די בית התבשיל זאל דארט טיילן עסן; איז ווי אזוי מעג זיין אזא זאך אז מען זאל מאכן שאדן פאר די שכנים? ער זאגט מיר אז מען נעמט אלע אלטע עסן וואס בלייבט איבער און מען שטעלט עס אונטערן בנין, און פון דעם ווערט די שלעכטע ריח.


איך וויל דיר זייער בעטן אז מען זאל פאררעכטן, מען זאל מער נישט שטעלן אלטע עסן אונטערן בנין וואס מאכט א שלעכטע ריח און שעדיגט די שכנים, על פי הלכה טאר מען דאס נישט טון (שלחן ערוך חושן משפט סימן קנה, סעיף כג; לד), על פי הלכה האבן די שכנים א טענה אויף מיר, און על פי בית דין קען מען אונז הייסן פארמאכן דעם גאנצן בית התבשיל.


מען דארף טראכטן וואס מען קען טון אז די שכנים זאלן נישט ווערן געשעדיגט פון אונז, דערמאן זיך פארוואס איך האב אוועקגענומען די בית התבשיל פון זיין ביי דיר אין שטוב און אוועקגעגעבן בחינם דעם בנין, נאר ווייל דאס האט געשטערט דיין משפחה וכו', איז ווי אזוי מעג מען יעצט שטערן אנדערע משפחות? מען דארף טראכטן וואס מען קען טון אז מען זאל נישט דארפן אוועק נעמען דעם בית התבשיל פון דעם פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.