בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו שרייבסט אינעם בריוו אז אסאך מאל שפירסטו זיך אליינס אויף די וועלט, דו פרעגסט וואס דו קענסט טון.
די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון איז העלפן דיין מאמע, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן די מאמע מיט די שטוב ווירטשאפט, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט אויך האבן קינדער, ערשט דעמאלט וועסטו כאפן וואס איז א מאמע, דעמאלט וועסטו פארשטיין ווי אויסגעמוטשעט א מאמע איז מיט די שטוב ארבעט. דעריבער זאלסטו שטענדיג העלפן דיין מאמע; ווען דו שפירסט זיך ליידיג און אומעטיג פרעג דיין מאמע: "וואס קען איך טון?" מאך די וועש, אדער די געשיר, אדער רוים צוזאם די שטוב, אדער קאך און באק וכו' וכו'.
אויך זאלסטו זאגן אביסל תהילים; פרוביר צו זאגן דעם יום תהילים און זיי זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט, בעיקר זאלסטו אסאך בעטן פאר דיין שידוך און פאר דיינע קומענדיגע דורות.
אויך קענסטו רעדן מיט חבר'טעס; היינט איז זייער גרינג צו זיין פארבינדן מיט גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפן טעלעפאן, זיי מחזק אנדערע וועסטו אליינס ווערן מחוזק.
בנוגע הערן מוזיק בשעת מען ליינט קריאת שמע; דו קענסט הערן מוזיק בשעת דו ליינסט קריאת שמע. געב אכטונג צו הערן נאר מוזיק פון ערליכע בעלי מנגנים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווידער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.