בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי אויסצונוצן דעם הייליגן טאג "זאת חנוכה"
תפילה והתבודדות, צניעות, חנוכה, ישועות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


היינט איז זייער א גרויסע טאג, היינט איז דער גמר החתימה פון די הייליגע טעג; מען קען היינט באקומען גרויסע ישועות פונעם אייבערשטן. דערפאר זאלט איר בעטן פאר אייך און אייער מאן און קינדער און פאר אלע אידן אז אלע זאלן זיין געזונט און האבן נחת פון די קינדער וכו' וכו'.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


היינט זאת חנוכה וועלן מיר פועל'ן ישועות פאר אונזער שטוב, אייער גאנצע שטוב קען זיך היינט טוישן לטובה. מען קען היינט פועל'ן געזונט, קינדער, נחת פון קינדער, פרנסה און אלעס וואס מען דארף, אבער דער אייבערשטער ווארט מען זאל אים אריין לאזן אין שטוב, דורך דעם וואס מען פירט בצניעות.


אז מען גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג טרייבט מען אוועק כביכול דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועק גיין פון צווישן אייך; אויב א פרוי געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג, זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב', און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, ס'איז דא אלעס; אבער אויב די פרוי גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג, טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון איר שטוב.


היינט איז זייער א הייליגע טאג, זאלט איר זיך פארנעמען מוסיף זיין קדושה, מוסיף זיין בצניעות; איר ווילט דאך אודאי גוטע קינדער! איר ווילט דאך זיכער ערליכע דורות! דארפן מיר נעמען די עצה וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל אסאך רעדן צו די פרויען אז זיי זאלן זיך אפשערן די האר און זיי זאגן וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט זיך פארנעמען נישט צו גיין מיט די אייגענע האר; אלע צרות קומען פון דעם וואס די פרוי גייט מיט אירע האר. מען וואלט געקענט איינשפארן אזויפיל צרות ווען מען שערט זיך אפ די האר.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויס זען אפילו אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר.


א ליכטיגן זאת חנוכה.