בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד די מלמדים פון אונזערע מוסדות היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו
דערציילט פאר די קינדער מעשיות פון יראת שמים, עס פעלט נישט אויס צו דערציילן נארישע אויפגעטראכטע מעשיות, אראפגעלייגט דראמאטיש מיט פארמאכטע לעקטער וכו' וכו'; עס קען דערשרעקן די קינדער וכו'. עס פעלט נישט אויס, ענדערש לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים, לייגט אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו תורה און מצוות.
דערציילט פאר די קינדער מעשיות פון הייליגע צדיקים. מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מיט זיינע קינדער מוסר, האט ער געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו דערציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו"; מעשיות פון צדיקים פלאמט אויף די נשמה, מעשיות פון צדיקים עפנט די הארץ מען זאל אויך אנהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק.
אויך וויל איך בעטן די באס דרייווערס און די באס מלמדים, מען זאל אנצינדן נאר טעיפס פון בעלי מספרים מיט יראת שמים און ניגונים פון בעלי מנגנים מיט יראת שמים; איך ווארן אויב איך וועל הערן אז מען צינדט אן מעשיות אדער ניגונים פון לצים, דאס איז ביי מיר די וויכטיגסטע זאך, מען זאל געבן צו הערן פאר די קינדער נאר פון ערליכע מענטשן וואס דערציילן מיט יראת שמים. ווייל נישט יעדע זאך וואס איז אדווערטייזט אין די צייטונגען און אויסגאבעס - מיינט יראת שמים, נישט יעדע קינדער טעיפ וואס מען געבט ארויס מיינט אז דאס מעג מען הערן, און נישט יעדער זינגער וואס גייט מיט א שיינע שטריימל מיינט אז ער האט יראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט די תלמידים.