בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי צו רעדן און מחזק זיין א צווייטן
חברים, התחזקות, זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, רעדן, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


אן עצה ווי אזוי אנצוהויבן א שמועס מיט וכו'; זאגט איר די ווערטער: "מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן", זאגט איר: "איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אנעם רבי'ן, איך וואלט געווען אין בית משוגעים אנעם רבי'ן"; זאגט עס בלשון רבים, אויף אייך און אויף איר; אזוי וועט איר האבן א וועג, אריינצוגיין מיט איר אין א שמועס.


אזוי טו איך, ווען איך וויל אנהויבן א שמועס מיט איינעם, איך ווייס אז יענער דארף חיזוק און מען קען נישט רעדן דירעקט, הויב איך אן רעדן פון רבי'ן, פון די עצות; אזוי קומט ארויס די ריכטיגע ווערטער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען מען וועט רעדן פון מיר - וועט מען ווערן כקטן שנולד", מען וועט ווערן ניי געבוירן, מען וועט אנהויבן לעבן.


רעדט אויף זיך; זאגט איר: "אנעם רבינ'ס ווערטער וואלט איך שוין היינט געסנעפט, נאר בזכות דעם רבי'ן לעב איך; איך הער די שיעורים, עס איז מיין לופט צו אטעמען, איך ליין די בריוו, עס איז מיין לייף סעיווער"; אזוי וועט איר קענען אריינגיין אין א שיינע שמועס.


ווען מען דארף רעדן מיט מענטשן טאר מען נישט טראכטן: 'וואס זאל איך רעדן?' 'וואס זאל איך זאגן?' דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "רעד מיט מענטשן, שמועס מיט אנדערע, זיי מחזק אידישע קינדער", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "ווי אזוי ווייס איך וואס צו רעדן? אפשר דארף יענער הערן עפעס אנדערע דיבורים?" האט אים דער רבי געזאגט: "דו רעד, דו וועסט פועל'ן"; מוהרא"ש זאגט, דאס איז פאר אונז אלע; וואס דער רבי זאגט פאר רבי נתן - איז פאר כלל אנשי שלומינו, מיר דארפן רעדן מיט מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.