בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וויפיל טרינקט מען אום פורים?
אמונה, התחזקות, וויין, פורים, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תצוה, זכור, ז' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, ד): "אָמְרוּ יִשְׂרָאֵל", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", הייליגער באשעפער דו זאגסט אונז מיר זאלן אויסמעקן עמלק, מיר קענען נישט, "אוֹמֵר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה, וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", זאגט דער אייבערשטער, ענק זאלן ליינען די פרשה פון די מצוה פון אויסמעקן עמלק און איך וועל שוין טון דאס איבריגע, איך וועל אים אויסמעקן.


דאס איז מורא'דיגע חיזוק פאר אונז, ווען מיר זעען ווי שטארק די נסיונות זענען, מען שפירט ווי מען קען נישט באזיגן דעם יצר הרע און מען שרייט: "אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", באשעפער איך קען נישט באזיגן דעם יצר הרע, דעם עמלק; דארף מען זיך מחזק זיין, דער אייבערשטער זאגט: "תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה", דו בעט און בעט, דו שריי און שריי, "וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", און איך וועל דיר העלפן; דער אייבערשטער וויל נאר מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים בעטן.


נעם אריין די אמונה אין דיר, מיט דעם וועסטו אויסמעקן עמלק, דורך אמונה ווערן בטל אלע ספיקות, קשיות און בלבולים. אז מען ווייסט און מען חזר'ט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פינקטליכע השגחה, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז פלוני זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער (חולין ז.); דאס איז מחיית עמלק.


דו ווייסט אודאי און דו געדענקסט וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן פורים געלערנט וואס איז ריכטיג, וויפיל צו טרינקען, מען זאל נישט ליגן אין גאס טויט שיכור; נישט דאס איז די מצוה, די מצוה איז צו טרינקען אביסל און זיין פרייליך און שרייען צום אייבערשטן (אסתר ז, ד): "כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד", רבונו של עולם איך בין פארקויפט פאר מיינע תאוות, איך וויל זיין ערליך; מען טרינקט אפאר כוסות און מען טאנצט ביז די קאפ דרייט זיך, און מען וויינט צום אייבערשטן (שם ח, ו): "אֵיכָכָה אוּכַל וְרָאִיתִי בְּאָבְדַן מוֹלַדְתִּי", איך בין א פארלוירענער, רבונו של עולם ראטעווע מיך.


בפרט די יאר ווען פורים געפאלט ערב שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן מען זאל נישט קומען צו חילול שבת, מען דארף אלעס אנגרייטן פרי אז ביים זמן שבת זאל מען קענען מקבל זיין דעם שבת.


א פרייליכן שבת.