בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי
גלייך אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף, נאכן אפגיסן נעגל וואסער, נאכן זאגן מודה אני - זאלסטו זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.
זאג אין דיין שפראך, אין אידיש: "רבונו של עולם, איך געב זיך איבער צו דיר; מיך, מיין ווייב, מיינע קינדער און אלעס וואס איז תלוי אין מיר. איך זאל נאר טון דיין ווילן, איך זאל חס ושלום נישט טון עפעס קעגן דיין ווילן, איך זאל נישט פוגם זיין - נישט מיט די אויגן, אויערן, נאז און מויל, און איך זאל טון היינט נאר גוטס".
קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די פאר ווערטער, דאס טוט אויף סיי אין הימל און סיי אויפ'ן מענטש; אלעס איז אנדערש, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עח), רעדן צום אייבערשטן גייט מיט מיט'ן מענטש - אזוי ווי א מאמע גייט מיט'ן קינד, אפילו דאס קינד איז פארשמירט און עס האט א גערוך - וועט זי נישט אפלאזן דאס קינד, אזוי אויך, דאס רעדן צום אייבערשטן גייט מיט'ן מענטש, אפילו מען איז אויסגעלאשן, אראפגעפאלן, נידריג, ווייט, א דורכפאל - קען מען נאכאלץ רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן:
"רבונו של עולם, קרבינו לעבודתיך, ברענג מיך צו דיר, דערנענטער מיך צו דיר".
איך האף דיר צו זען אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה.
א כתיבה וחתימה טובה.