בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אוי וויי, ווי שרעקליך איז דיין ווייטאג; ווי איז דא א גרעסערע ווייטאג פאר א טאטע מאמע צו זען ווי א קינד קילט זיך אפ פון די אידישע וועג? עס איז דאך די גרעסטע צער און ווייטאג וואס איז פארהאן.
דאך וויל איך דיר זייער בעטן, וויסן זאלסטו, ביי דיין פאל איז דאס נאך מיט גרויס חסדים, מען קען דאס נאך ראטעווען, עס איז תלוי אין דיר און דיין ווייב.
ערשטנס זאלסטו זוכן גוטע זאכן ביי דיין טאכטער, אנשטאט זוכן און נישטערן אויב זי היט שבת - זאלסטו זוכן גוטס. דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), ווען מען זוכט גוטע זאכן, אפילו יענער זאל זיין א רשע, וועט מען יענעם קענען איבערדרייען צו זיין א צדיק - דורך קוקן גוטס אין יענעם; עס איז כדאי דו זאלסט אריינקוקן אין די הייליגע ווערטער פון רבי'ן אין סימן רפב.
פארוואס זאלסטו מוצאי שבת נאכקוקן דיין טעלעפאן פשוט זען אויב זי האט שבת געטעקסט וכו'? ענדערש זאלסטו זוכן אין איר גוטס, זי זאל שפירן ווי מען האלט פון איר, ווי זי איז חשוב.
טאנץ פאר שמחה אז זי היט שבת בגלוי; על פי הלכה האט מען נישט קיין דין פון א מחלל שבת נאר ווער עס איז מחלל שבת בפרהסיא, פארוואס זאלסטו זוכן און נישטערן צו טרעפן עפעס שלעכטס? זי שפירט זיכער אז דו ביסט נישט רואיג מיט איר, א קינד שפירט און ווייסט פון אויסנווייניג וואס די עלטערן האלטן פון אים אדער איר; דאס איז זייער וויכטיג, זי זאל שפירן ווי זי איז חשוב.
צווייטנס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס עס זאל אריינגיין אין איר א הייליגע גייסט, זי זאל תשובה טון, זי זאל צוריקקומען צום אייבערשטן, גיין אין די וועג פון די תורה; תפילה איז שטערקער פון יעדע זאך, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז למעלה מדרך הטבע, וואס מען פועל'ט מיט תפילה - קען מען נישט פועל'ן דורך קיין שום אנדערע וועג; בעט דעם אייבערשטן - וועסטו זען א ישועה בקרוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.