בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך האלטן פריש און מכבד זיין די ווייב
שלום בית, הפצה, חסידות ברסלב, התחדשות, פרישע כוחות, ארץ ישראל, שכחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


שלום וברכה וכל טוב סלה אל אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך פרוביר צו באקומען א רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל, איך וועל זיך זייער פרייען צו קומען צו ענק, זיך באקענען פון דער נאנט מיט די פרישע מקורבים. איך האב זייער ליב פרישע מקורבים, זיי האבן א ברען און א פלאקער, זיי פרייען זיך מיט יעדע שיחה, מיט יעדע דיבור; עס איז גאר אנדערש דער וואס איז פריש, דער וואס לעבט - ווי די וואס זענען אלט און קאלט.


דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין!" דער יצר הרע וויל נאר אריינווארפן דעם מענטש אין א זקנה, אלט איז די גרעסטע סכנה; דעריבער האט דער רבי געזאגט מען זאל זיך באנייען און פארגעסן וואס איז געווען, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; איך זוך אלץ פרישע חברים, פרישע מקורבים; מיט זיי איז געשמאק צו רעדן, מיט זיי איז געשמאק צו זיין; מען שפירט זיך אזוי גוט צווישן אנשי שלומינו וואס זענען ניי, פריש און ווילן אנהייבן פונדאסניי הערן פון רבי'ן; איך האף צו זיין בקרוב מיט אייך.


איך בעט אייך טייערע חברים, געבט אכטונג אין שטוב נישט וויי צו טון די ווייב; מיר זענען געקומען צום רבי'ן - דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער: "פארוואס קומסטו צו א רבי אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


רבי נחמן טולטשינער איז אמאל געווען מיט רבי נתן, זיי זענען געגאנגען צום רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג האט זיך צעריסן רבי נחמן טולטשינער'ס רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי ניי צו דיין רעקל", ווייל דער רבי זאגט אז מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים זיי זאלן נישט זיין צעריסן, אבער רבי נחמן טולטשינער האט געוואלט זען ווי רבי נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


דאס זאג איך אייך טייערע חברים: "אז מען איז געקומען צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן"; ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א יסוד היסודות, דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל מכבד זיין די ווייב, מען זאל שיין רעדן צו די ווייב; מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן נאר דער וואס האט שלום בית, אנדערש ווי אין אנדערע מקומות וואס מען קוקט אויף די זאך פון שלום בית ווי א מאדערנע זאך, א פארגעשריטענע זאך; מען מיינט אז אויב מען רעדט פון שלום בית, אויב מען האט שלום בית - איז מען שוין נישט קיין עבד השם; ביים רבי'ן איז שלום בית נישט קיין מאדערנע זאך, שלום בית איז 'אייבערשטער', שלום בית איז 'קדושה', שלום בית איז מאכן א פלאץ פאר 'השראת השכינה'.


אנטלויפט פון די פאלשע לימודים, די חומרות וואס מען לערנט אויס פאר חתנים און כלות; אנטלויפט פון די וואס רעדן קעגן די תורה, מיר האבן א שלחן ערוך, דאס איז אונזער לעבן; די אלע וואס לייגן צו אויפ'ן שלחן ערוך חומרות און פרישות - דאס איז גורם אז מען זאל נאכדעם אריינפאלן אין עבירות חמורות, די אלע וואס רעדן צו אברכים פון פרישות - די זענען די גורמים אויף אלע שלום בית פראבלעמען.


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן, אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען אנשי שלומינו פלעגן אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אנדערע טעג וכו' זאל מען היטן די הלכות.


מען דארף נישט מער פון רבינ'ס ווערטער, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


טייערע חברים, טייערע ברידער; מיר קענען נישט האלטן די אלע שיינע זאכן נאר פאר אונז, מיר דארפן דאס געבן פאר נאך, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר אנדערע; יעדער איינער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אויך האבן א חלק אין פארשפרייטן די זיסע עצות, ער זאל האבן א חלק אין הפצה.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז איך וועל קומען, בעט איך אייך, מאכט נישט קיין שום פירסום, קיין שום צעטלעך; איך וויל עס נישט, איך וועל קומען צו אייך, מיר וועלן זיך מחזק זיין פון דער נאנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.