בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו
שטארק אייך אינאיינעם מיט די עצות פון רבי'ן. אנטלויפט פון פאליטיק; פאליטיק מאכט פארגעסן פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט, ער איז דער בעל הבית; נישט די פארטיי איז גוט און נישט יענע פארטיי איז שלעכט, אלעס איז איין שטיק בלאף, איין שטיק שקר.
בכלל זאלט איר נעמען די כלל, ווען איר הערט רעדן; דער פארקויפט דאס, א צווייטער פארקויפט יענץ, יעדער שרייט ער פארקויפט אמת; אז מען רעדט נישט פון אייבערשטן איז אלעס בלאף.
מוהרא"ש זאגט, ווען וועט מען קענען ליינען די צייטונגען? ווען מען וועט זען אין די גרויסע העדליינס שטיין: "אין עוד מלבדו! מלא כל הארץ כבודו!" דעמאלט וועט איר קענען ליינען די צייטונג, אבער ווי לאנג עס שטייט אז דער רבי האט געהאט הונדערט טויזנט מענטשן און יענער רבי האט געהאט א מיליאן מענטשן - איז דאס הבל הבלים און נישט כדאי אריין צו נעמען אין האנט.
שטארקט אייך אין די זומער טעג מיט שמירת עיניים; איידער איר גייט ארויס פון שטוב זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך אפאר ווערטער: "רבונו של עולם היט מיר מיינע אויגן; העלף מיר איך זאל צוריק קומען אהיים אן קיין איין שלעכטע קוק".
מוהרא"ש האט אונז דערציילט צוויי מורא'דיגע מעשיות וואס דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דערציילט פאר זיינע תלמידים, א מעשה פון אן עושר און א מעשה פון א קמצן. עס איז געווען א גרויסער עושר, זייער א רייכער מענטש, וואס האט נישט געגעבן קיין איין פרוטה פאר צדקה; ער איז געווען א גרויסער קמצן, אזוי רייך ווי ער איז געווען - אזוי קארג איז ער געווען. די ארעמעלייט זענען געווען זייער ברוגז אויף אים, זיי פלעגן אים שעלטן מיט אלע קללות. ווען ער איז נפטר געווארן האט מען אים באצאלט אזוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט, מען האט אים מבזה געווען בשעת זיין לוי' און בשעת'ן מקבר זיין האבן די ארעמעלייט געשטערט די קבורה, מען האט געשריגן מען זאל אים נישט מקבר זיין ווייל ער איז געווען א שרעקליכער קמצן, און פאר אזא מענטש קומט נישט קיין כבוד המת רחמנא לצלן.
אזוי ווי ער איז נפטר געווארן איז געווארן א גרויסער רעש אין שטאט, ווייל דער בעקער האט מער נישט געגעבן קיין ברויט מיט חלות פאר די ארעמעלייט, און דער פרוכט סוחר האט מער נישט פארקויפט פאר די עניים קיין פרוכט און גרינצייג, דער פלייש געשעפט האט מער נישט געגעבן קיין פלייש פאר די ארעמעלייט. ווען מען האט זיי געפרעגט פארוואס זיי געבן מער נישט קיין עסן, האבן די סוחרים געענטפערט אז ביז יעצט פלעגט דער עושר זיי געבן געלט, ער האט זיי באשוואוירן אז זיי טארן נישט דערציילן אז ער געבט די געלט, ער האט געוואלט מען זאל אים האלטן פאר א גרויסער קמצן און היות ער איז געשטארבן - קענען זיי מער נישט געבן קיין עסן.
נאך א מעשה האט דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו דערציילט. עס איז געווען א בעל מנגן וואס פלעגט ארום גיין צו חתונות זינגען און שפילן, און וויבאלד ביי חתונות איז דא אסאך פרויען און ער האט נישט געוואלט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות האט ער זיך געמאכט ווי ער איז בלינד און ער האט זיך פארקלעבט די אויגן, יעדער האט געמיינט אז ער איז טאקע בלינד. ווען דער בעל מנגן איז נפטר געווארן איז ארויסגעקומען דער סוד אז ער איז נישט געווען בלינד, נאר וויבאלד ער האט נישט געוואלט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות האט ער זיך פארבינדן זיינע אויגן און מען האט געמיינט אז ער איז בלינד.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אויסגעפירט די צוויי מעשיות און געפרעגט זיינע תלמידים: "זאגט מיר ווער איז געווען גרעסער, דער וואס האט זיך געמאכט בלינד זיין גאנצע לעבן כדי ער זאל נישט נכשל ווערן מיט א שלעכטן קוק, אדער דער עושר וואס מען האט געמיינט אז ער איז א קמצן, און זיין גאנץ לעבן האט ער אריינגעכאפט בזיונות, און מען האט אים געשאלטן מיט אלע קללות פון די ארעמעלייט?" די תלמידים זענען געווען מורא'דיג צוקאכט פון ביידע מעשיות און זיי האבן געענטפערט: "ביידע זענען זייער גרויס", האט דער בעל שם טוב געזאגט: "אין הימל קען מען אויך נישט מכריע זיין ווער עס איז געווען גרעסער, ביידע זענען זייער גרויס".
מיר דארפן זיך שטארקן פון די מעשיות אז מיר זאלן זיך היטן די אויגן און נישט זוכן כבוד פון מענטשן; אלעס וואס מיר טוען זאל זיין נאר פאר'ן אייבערשטן.
איך האף איר גרייט זיך צו קומען קיין אומאן; מאכט שוין אייערע פלענער ווייל מען געבט זיך איין דריי און עס איז שוין ראש השנה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.