בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות שבת
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


זיכער ווען עס קומט שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו רעדן שיין, ערב שבת דארף מען מער זיין פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין לחץ אין שטוב, דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב.


א גאנץ שבת זאלסטו נאר טאנצן און זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען זייער גאנץ לעבן, און אויב חס ושלום דו וועסט שרייען ביי די סעודות וועלן דיינע קינדער ווערן צעקלאפטע נפשות. זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו, מיר דארפן זוכן ביי די צדיקים מיט וואס מיר קענען זיי נאכמאכן, מיט וואס מיר קענען זיך לערנען פון זייערע הייליגע וועגן. דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צעקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.