בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די חוב איז בטל, און דאס פערדל איז טויט
אמונה, גניבה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט מזכה נשמות ישראל מיט די בריוו פון עצתו אמונה, דו האסט נישט קיין השגה ווי ווייט די בריוו קומען אן, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל שטיבער שטייען בזכות די בריוו, און וויפיל תורה, תפילה ויראת שמים עס ברענגט אריין אין די וועלט. ובא השמש וטהר, ווען עס וועט קומען די צייט מען וועט צוריק גיין צום אייבערשטן - ואחר יאכל מן הקדשים, דעמאלט וועסטו זען דיין שכר וואס די עצתו אמונה האט אויפגעטון.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט, און אפילו עס וועט איבערגיין אויף דיר וואס עס וועט איבערגיין - זאלסטו נישט שוואך ווערן פון די הייליגע ארבעט, נאר אדרבה; זאלסט נאך מער ספרים און נאך מער קונטרסים ארויסגעבן פאר כלל נשמות ישראל.


טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי מען קען מאכן ספרים פאר קינדער; מיר דארפן זיך פארלייגן אויף די קינדער, זיי אנפילן מיט אמונה. עס קומען שווערע ביטערע נסיונות, די נסיונות פון יעצט איז גארנישט קעגן די נסיונות וואס קומען, מיר דארפן אנגרייטן די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויף א פרייליכע וועג, אזוי וועט זיי זיין גרינגער.


מאך א מעשה פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווי ער האט מתקן געווען די נשמות וואס זענען מגולגל געווארן. איך וויל מען זאל דאס לערנען מיט די קינדער אין חדר און אין סקול, די מלמדים מיט די טיטשערס זאלן קאלערן (מאלעווען), און בשעת די קינדער מאלעווען זאלן זיי דערציילן די מעשה; דאס אריינלייגן מיט טעם און געשמאק לויט יעדן איינעמ'ס וועג, מען זאל פילעווען די קינדער מיט מעשיות פון צדיקים.


מאך א בילד פון א פארעם פון שעפעלעך און פערדן, מיט א קליינעם דארן פערד, און א בילד פון אן איידעלע צורה שטייט נעבן א פויער, דער מיט די איידעלע צורה ווייזט אויפן קליינעם דארן פערד און ווי דער פויער האלט שטרות אין האנט.


"קענסט מיר פארקויפן א פערד?" פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב, "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך האב גוטע פערד, קום רבי איך וועל אייך ווייזן מיינע גוטע פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו קוקט זיך אום אויף די פערד, און פרעגט דעם פויער: "אפשר קען איך קויפן דעם קליינעם דארן פערד?" "ניין, ניין!" זאגט דער פויער, "דעם קליינעם דארן פערד געב איך קיינעם נישט אוועק, דאס איז מיין בעסטע פערד וואס איך האב נאר אמאל געהאט, יעדע שווערע וועג וואס דריי פערד קענען דעם וואגן נישט שלעפן, קען אבער דער קליינער דארער פערד יא שלעפן", דער פויער זאגט: "איך קען פארקויפן פארן רבי'ן אלע פערד, אויסער דעם פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב שמועסט מיטן פויער, און ער האט אנגעהויבן שמועסן פון חובות; וויפיל חובות ער האט, וויפיל מענטשן זענען אים שולדיג, דער פויער ברענגט ארויס זיינע צעטלעך און הויבט אן ציילן זיינע שטרות, ביי איין שטר זאגט ער פארן בעל שם טוב: "דער שטר איז שוין גארנישט ווערד, דער בעל חוב איז שוין געשטארבן", פרעגט אים דער הייליגער בעל שם טוב: "נו אפשר קען איך האבן דעם שטר חוב במתנה?" "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך געב דיר אוועק דעם שטר במתנה גמורה, עס איז גארנישט ווערד".


דער צדיק צערייסט דער שטר און זאגט הויך אויפן קול: "מחול לך, מחול לך, מחול לך", דאס מיינט, 'די חוב וואס דו ביסט שולדיג - איז בטל', און דער צדיק זאגט פארן פויער: "לאמיר גיין צוריק אין שטאל, לאמיר זען די פערד"; זיי גייען און זעען ווי דער קליינער דארער פערדל ליגט טויט אויף דער ערד...


דער צדיק איז מגלה פארן פויער וואס דא האט פאסירט, ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און מען בלייבט שולדיג געלט, אדער אויב מען האט חס ושלום גע'גנב'עט פון א צווייטן און מען שטארבט - האט די נשמה נישט קיין רו, די נשמה קען נישט אנקומען אין גן עדן, די נשמה דארף אראפקומען נאכמאל און באצאלן די חוב און די גניבה.


"דעריבער" - זאגט דער צדיק – "די נשמה פונעם בעל חוב איז אריין אין דעם קליינעם דארן פערד און זיך געדארפט פייניגן, ער האט געדארפט ארבעטן פאר דיר אפצוצאלן זיין חוב, און יעצט אז דו האסט מיר אוועק געגעבן במתנה דעם שטר חוב און איך האב אים מוחל געווען, האט די נשמה שוין נישט וואס צו זיין דא אויף די וועלט, איז די פערד געשטארבן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה צו אכטונג געבן נישט גנב'ענען פון קיינעם און נישט בארגן קיין געלט פון קיינעם, און אויב מען האט יא געבארגט געלט, אדער חס ושלום גע'גנב'עט - זאל מען באצאלן די חוב און די גניבה, נישט צו דארפן ליידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.