בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חיזוק פאר א תלמידה אין בית פיגא
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, צדקה, תהלים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק יצ"ו.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


1) וואויל איז דיר אז דו זאגסט תהלים יעדן טאג; אין תהלים ליגן אלע ישועות און רפואות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): "אֲמִירַת תְּהִלִּים מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ בְּעַצְמוֹ. כִּי הוּא אֲמָרָם בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, וְהָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ מֻנָּח בְּתוֹךְ הַתֵּבוֹת, וּכְשֶׁאוֹמְרָם הוּא מְעוֹרֵר בְּרוּחַ פִּיו אֶת הָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, עַד שֶׁנֶּחֱשָׁב כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם בְּעַצְמוֹ", דוד המלך האט געשריבן דעם ספר תהלים מיט אזא רוח הקודש אז יעדער מענטש וואס זאגט תהלים שפירט ווי דער קאפיטל מיינט אים.


דערפאר ווען דו האסט איבעריג צייט זאלסטו די ערשטע זאך נעמען דעם ספר תהלים און זאגן דעם "יום", נאכדעם אז דו האסט נאך צייט קענסטו זאגן דעם "תיקון הכללי".


2) דאס וואס דו שפירסט זיך מחוץ למחנה וכו'; וויסן זאלסטו אז מען קען זיצן אין בית פיגא סקול אבער מען איז נישט דארט, ווידעראום קען מען זיין טויזנט מייל אוועק פון בית פיגא אבער מען איז "אין" בית פיגא.


איך זאג שטענדיג פאר די בחורים און אינגעלייט וואס ווילן קומען אין ישיבה און זיי האבן מניעות: "איר זענט מער 'אין' ישיבה ווי אסאך וואס דרייען זיך צווישן די פוס"; דער עיקר איז די מח מחשבה, אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען טראכט פון רבי'ן, פון רבינ'ס עצות און פון רבינ'ס מענטשן – דעמאלט געפונט מען זיך צווישן זיי.


היינט צו טאגס קען מען הערן אלע שיעורים פון ישיבה און פון סקול אויפ'ן טעלעפאן און זיין מער צוגעבינדן און באהאפטן ווי וכו'.


3) שיק אריין דיין פושקע, מיט די געלט וועל איך דרוקן אשר בנחל און איך וועל דיר צוריק שיקן א ליידיגע פושקע.


 4) בנוגע אז דו ווילסט אזוי שטארק חתונה האבן; דאס איז א סימן פון א געזונטע מיידל, אלע געזונטע מיידלעך ווילן חתונה האבן. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין באשערטע זיווג.


5) אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען פאר די נייע יאר וכו'; נעם זיך פאר אז דו וועסט קיינמאל נישט ארומגיין אין שטוב אן שטרומפ אדער טייץ, אפילו ווען קיינער איז נישט דארט.


6) די בעסטע עצה אנצוהייבן דעם טאג מיט שמחה, אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אינדערפרי: "אייבערשטער מאך מיך פרייליך, מאך מיר אין א גוטע גוסטע; העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל האבן כח פרייליך צו מאכן אלע אנדערע".


7) איך האף צום אייבערשטן צו טרעפן נאך א טיטשער, אזוי וועט דיר זיין גרינגער מיט די קינדער. א האלבע טאג וועסטו לערנען מיט זיי אידיש און די צווייטע טיטשער וועט לערנען סוף טאג ענגליש.


איך פאר יעצט צום רבי'ן, דארט וועל איך מזכיר זיין אלע דיינע בקשות און אלע דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.