בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א טערעפיסט קען נישט היילן, אבער דער מאן קען אויסהיילן
קינדער, שמחה, אמונה, שלום בית, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז יעצט אין א דעפרעסיע - דארפסטו איר היילן, א טערעפיסט קען נישט היילן, אבער דער מאן קען אויסהיילן. די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קכט.): "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁלֹא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ", רבא'ס ווייב האט זיך פארקילט און זי איז קראנק געווארן, רבא איז דעמאלט נישט געווען אין שטוב, ער איז געווען אין ישיבה אין פומבדיתא (דעמאלט איז געווען דער סדר אז מען פלעגט אוועק פארן פאר א לאנגע צייט לערנען תורה), "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר געטראגן מיט איר בעט קיין פומבדיתא אין די ישיבה וואו רבא איז געווען ראש ישיבה און זי איז אויסגעהיילט געווארן; קוק נאך די גמרא, ודו"ק.


מיט שמחה קעסטו איר היילן, מיט ווערטלעך, מיט גוטע ווערטער, און בעיקר מיט אויסהערן, איר געבן די געפיל אז דו ביסט מיט איר און דו פארשטייסט איר.


אויך זאלסטו רעדן מיט איר אסאך ווערטער פון אמונה, דאס איז די איינציגסטע מעדעצין פאר דעפרעסיע; ווי מער מען חזר'ט 'אין עוד מלבדו, עס אזי גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, גארנישט פאסירט פון זיך אליינס, אז מען געבוירט א קינד איז דאס פונעם אייבערשטן, און אז מען איז מפיל איז דאס אויך פונעם אייבערשטן' - דער ווערט פרייליך, און אז מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען טראכט 'איך מאך, איך טו, איך קען, איך ברענג קינדער, איך בין שולדיג' - דאס ווארפט אריין אין א דעפרעסיע.


יעצט איז נישט קיין צייט פון האבן קינדער, יעצט איז א צייט פון ווארטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כְּשֵׁם שֶׁקִּבַּלְתִּי שָׂכָר עַל הַדְּרִישָׁה, כָּךְ קִבַּלְתִּי שָׂכָר עַל הַפְּרִישָׁה", יעדע זאך האט זיין צייט; עס איז דא עת ללדת, און עס איז דא צייטן פון מאכן זיכער אז די ווייב איז געזונט פיזיש און גייסטיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.