בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר נאכאמאל, טשעפע נישט דיין ווייב; אז מען טשעפעט די ווייב - באקומט מען אן עונש. וואס וועסטו טון אז זי וועט וויינען? דו וועסט זיך אריינלייגן דורכדעם אין א גרויסע סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זיך זייער היטן נישט צו טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל פרויען וויינען גרינגער, איז דאס א גרויסע סכנה.
זיי עפעס טועם איידער דו קומסט אהיים, אזוי וועסטו נישט ווערן בכעס אויב זי האט נישט גרייט פאר דיר עסן. און אז מען שמועסט אפ צו גיין ערגעץ און דו רעדסט אפ מיט איר א צייט ווען זי זאל זיין גרייט - זאלסטו נישט ווערן בכעס ווען דו זעסט אז זי איז נישט גרייט; פאר פרויען נעמט מער צייט ארויס צו גיין אין גאס, עס נעמט צייט זיך אנצוטון, זיך גרייט מאכן; זאלסטו נישט ווערן בכעס.
דער אייבערשטער האט אנגענומען דיינע תפילות, ער וויל דיר געבן גרויס עשירות, אבער ווען עס קומט שוין די צייט דו זאלסט באקומען עשירות - ווערסטו אין כעס, און דאס נעמט אוועק די גאנצע געלט. בעיקר אין שטוב; דו שרייסט אויף דיין ווייב, דו טשעפעסט איר - דאס נעמט אוועק די שפע.
גיי התבודדות, גיי וויין צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, ראטעווע מיך פון כעס, ראטעווע מיך איך זאל זיך נישט פארלירן ווען עפעס גייט אנדערש ווי איך וויל. ראטעווע מיך איך זאל נישט טשעפען און וויי טון מיין ווייב. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן און נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל וויסן אז אלעס וואס פאסירט איז פון דיר, קיינער קען מיר נישט בעסער מאכן און קיינער קען מיר נישט ערגער מאכן, אלעס איז נאר דו".
איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך יאג זיך זייער, איך מוז לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.