בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז דיך נישט פון קיינעם פארדרייען די קאפ, שטיי ווייט פון מחלוקת
תפילות אויף אידיש, חברים, מחלוקת, היכל הקודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד נישט מיט קיין בעלי מחלוקות, אויך נישט מיט בעלי לשון הרע; נעם גוטע חברים וואס טוען חסד איינער מיטן צווייטן און זוכן ווי מען קען יענעם העלפן.


ווער האט כח פאר מחלוקות, ווער האט צייט פאר די זאכן; די אלע וואס זענען פארנומען דערציילן פון יענעמ'ס פריוואטע לעבן און פון יענעמ'ס דורכפעלער... ווי איז דא צייט? ערשט דארף מען זיך אליינס פאררעכטן, ווי איז דא צייט צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס זאכן...


קריג זיך נישט מיט קיינעם, זיכער נישט בים רבינ'ס חדר. רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי איינער שטעכט מיר מיט א מעסער, איך קען עס נישט דערהייבן"; ביים רבינ'ס חדר אין היכל הקודש טאר נישט זיין קיין פיינטשאפט, זאלסט זיך נישט לאזן פון קיינעם פארדרייען די קאפ, שטיי ווייט פון מחלוקות.


גיי שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של  עולם, העלף מיר, וואס טו איך מיט מיין הייסע בלוט וואס ציט צו נצחון, צו קנאה, צו שנאה, רציחה?! ראטעווע מיך".


גיי אין א ליידיגע פעלד אדער א ליידיגע צימער און שריי זיך אויס, עס זאל ארויס גיין די בלוט וואס ציט צו נישט גוטס, און זאלסט זוכה זיין צו ווערן א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.