בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע ברידער תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן פון ענקער חבורה; מען האלט זיך פריש, מען באנייט זיך כסדר פונדאסניי.
דאס זעען מיר די וואך ביי די הייליגע אבות און אמהות, שרה אמנו האט געלעבט מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים; זאגט די הייליגע רש"י, פארוואס זאגט די תורה באזונדער נאכאמאל און נאכאמאל: "שנה"? אונז צו לערנען אז שרה איז געווען ביי די הונדערט יאר אזוי פריש ווי ביי די צוואנציג און ביי די זיבן; דאס איז די מעלה פון די הייליגע צדיקים, זיי האבן א פרישקייט, א לעבעדיגקייט - זייער גאנץ לעבן; דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפ'ן גרויסן צדיק דער רבי ר' זושא פון האניפולי זכותו יגן עלינו, אז ער האט לאנגע יארן געהאט דעם ברען, דעם התחדשות - אזוי ווי אין אנהייב.
דעריבער טייערע חברים, ליבע ברידער; לאמיר זיך באנייען, לאמיר האבן אונזער פרישקייט אונזער גאנץ לעבן. דער רבי זאגט: "אלט טאר מען נישט זיין" (שיחות הר"ן, סימן נא), דער רבי האט געזאגט אויף זיך (שבחי הר"ן, סימן ו) ער פלעגט שטענדיג אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, ער פלעגט מאכן עטליכע מאל א טאג א פרישע התחלה.
זייט שטארק אין די הייליגע הנהגה וואס דער רבי לערנט אונז, די הנהגה פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אן התבודדות. ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו, זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם האט מען אויסגערעכנט נעמען וואס זענען זיך נישט מתבודד, האט דער רבי געזאגט זיי זענען טאקע ערליכע אידן אבער זיי זענען צעמישטע ערליכע אידן, זיי האבן נישט קיין ישוב הדעת; אן התבודדות איז מען א פארלוירענער.
מישט אייך נישט אין קיין מחלוקות, מיר זענען נישט געקומען קיין ברסלב פאר מחלוקות. אפילו מען וועט אייך זאגן אין מיין נאמען עפעס פון מחלוקות - זאלט איר נישט אויסהערן, נאר אנטלויפן; קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט רעדן אויף אנדערע. נישטא קיין צייט פאר די זאכן, עס איז נישט ווערד צו רעדן פון מחלוקות. לאמיר נאר זוכן ווי מיר קענען ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, נאך א פארפאלק זאלן וויסן אז זיי קענען לעבן דא בזה העולם אין גן עדן.
גייט התבודדות; אלעס גייט גרינגער ווען מען איז זיך מתבודד. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "דערפאר וואס איך האב זיך אזוי צוגעוואוינט צו מאכן התבודדות, יעדע זאך וואס איך טו - שמועס איך אויס מיט'ן אייבערשטן, דעריבער גייט מיר אלעס אזוי מיט א ישוב הדעת".
די וואך זעען מיר אין די פרשה ווי אליעזר עבד אברהם האט זיך מתבודד געווען ביים ברונעם ער זאל טרעפן א שידוך פאר יצחק, ער האט פונקטליך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן די סימנים ווי אזוי ער וועט זען אויב דאס איז די ריכטיגע, דאך זאגן אונז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תענית ד.) אז ער האט נישט גוט געבעטן, "שלשה שאלו שלא כהוגן [...] אליעזר עבד אברהם", ער האט געבעטן שלא כהוגן, ער וואלט ווען געדארפט אויסשמועסן בפרטי פרטיות; "יכול אפילו חיגרת, אפילו סומא", וואס וואלט ער געטון ווען עס קומט א הונקעדיגע מיידל, א בלינדע מיידל? זאגט מוהרא"ש מען זעט פון דעם וואס הייסט התבודדות, אפילו דער וואס שמועסט שוין יא מיט'ן אייבערשטן - דארף וויסן אז מען דארף אלעס אויסשמועסן, אלעס אויסרעדן, ממש כידבר איש אל רעהו.
ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך בלי נדר קומען אריינשטעקן מיין קאפ ביי ענקער חבורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.