בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי' ברסלב, ליבערטי
איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס, אויפ'ן וועג צו מקומות הקדושים. איך וועל מתפלל זיין פאר אייך און פאר אלע טיטשערס און תלמידות.
איך וויל אייך בעטן, ווערן איר געבט שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, זאלט איר זיי זאגן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן וועגן נעי"ל פאלי"ש, מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. מוהרא"ש האט קיינעם נישט געשוינט, ווען פרויען האבן געפרעגט מוהרא"ש אויב זיי מעגן לייגן נעי"ל פאלי"ש איז מוהרא"ש געווארן זייער צוקאכט און געזאגט א שטארקע ניין.
אפילו די פרויען וואס מען קען זיי נאכנישט זאגן אלעס, מען דארף גיין מיט זיי שטייטלעך, בהדרגה; די פרויען וואס מוהרא"ש פלעגט זיי נישט זאגן אין אנהייב ווי אזוי זיך צו פירן - אויך זיי האט מוהרא"ש שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט לייגן. אפילו די קלעי"ר (די דורכזיכטיגע) איז אסור, אויך איז דאס א חציצה, עס ברענגט צו גרויסע מכשולות.
לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות, דאס זיסקייט פון אידישע קליידער. אפילו זיי מאכן זיך שיין פאר'ן מאן וכו' זאלן זיי זיך שיין מאכן אויף די אידישע וועג. די וואס לערנען מיט כלות זיך אהערצושטעלן מיט פריצות'דיגע בגדים - איז דמיונות; עס העלפט נישט, עס מאכט נישט פרייליך און עס מאכט נישט זאט.
בנוגע דער גוי אין סקול; איך זאג נאכאמאל קלאר און הויך, איך האף מען וועט מיר הערן פון פאלגן: "איך וויל נישט עס זאל זיין א גוי אין סקול אין די שעות וואס די קינדער זענען דארט!" ענדערש זאל זיין שמוציג, ענדערש זאל מען זיך נישט קיין עצה געבן, ווי איידער א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.