בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך פריי זיך צו הערן די גוטע גריסן פון דיר און אויף דיר, ווי דו דינסט דעם אייבערשטן בתורה ותפילה ובטחון, ווי דו שטארקסט זיך בעבודת השם, בפרט בשלום בית, ווי אלעס האט זיך געטוישט צום גוטן, עס איז דיר היינט א געשמאקע זאך צו זיצן אין שטוב מיט דיין ווייב, עס ברענט מער נישט ארויסצולויפן צו כלומר'ישע חברים, דיין לעבן איז גן עדן.
אנגעהויבן אינדערפרי ווי דו גייסט צום שול אן דיין קאר, דו נוצט אויס די צייט פאר התבודדות. (אגב, טו צוריק אן דיין קלאסישע איידעלע שיך, בלייב אנגעטון חסידי'ש, טראכט ווי אזוי דו ווילסט דיין זון נרו יאיר זאל אהיים קומען, מיט וואס פאר א קליידער... און אז דו קענסט נישט גיין אזא לאנגע וועג מיט איידעלע שיך – זאלסטו ענדערש מאכן התבודדות אין שטוב), און ווי דו ביסט קובע א חברותא; לערנען גמרא וספרי רבינו, און אז דו ביסט א משמש פארן רבי'ן, דו ביסט א בעל תפילה קבוע, דו פירסט א מנין, ביזט א מזכה את הרבים, און ווי דו דערהאלסט זיך, אפילו פרנסה איז מצומצם ביסטו ווייטער פרייליך, אה מחי' די שיינע גריסן, אה מחי'.
בזכות וואס דו דאווענסט פארן עמוד מיט א געשמאק – זאלסטו באקומען די ברכה פון רבי'ן, (ספר המדות אות בנים, סימן סג): "הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאווענען פארן עמוד מיט געזאנג איז מסוגל לבנים.