בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב, זי שרייבט אז זי האט נישט די כוחות מער צו אויפוועקן ענקער בחור, עס נעמט איר יעדן טאג צוויי שעה אים צו וועקן, זי שרייבט אז זי פאלט פון אירע כוחות.
איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל קוקן גוט אויף אים, און זי זאל וויסן אז אזוי איז ביי רוב שטיבער, עס נעמט שעות צו וועקן די בחורים; און מען ווערט נישט אויס גוט קינד, און מען ווערט נישט שלעכט - אז מען קומט נישט ארויס פון בעט, און ווי שענער ענק וועלן קוקן אויף אים - וועט ער האבן א מוט און כח אויפצושטיין.
איך בעט דיר זייער, מאכט נישט קיין חרבנות, צוקריגט ענק נישט מיט אים, א שאד אים צו פארלירן, פרובירט אים צו לייגן שלאפן און פרובירט אים צו וועקן, און אז עס גייט - איז גוט, און אז נישט - איז אויך גוט, און חס ושלום נישט ווערן מיט אים צוקריגט, אז ער זאל אנהייבן רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זיך צו צוקריגן וועגן די זאכן.
מען דארף מיט חכמה וויסן יעדן קינד ווי אזוי מען קען אים אויפבויען און מיט וועלכע שפראך צו רעדן צו אים, און חס ושלום זיך צורייבן און בידים אים מאכן פאר א מחוצף; ווייל אין רוב פעלער ווען קינדער הייבן אן רעדן מיט חוצפה - איז דאס ווייל מען מאכט זיי מיט די אייגענע הענט פאר מחוצפים.
איך דארף מקצר זיין, א גוט שבת.