בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וישב-מברכים טבת, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'
א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, זיי זענען ליכטיג און טייער.
איך וויל דיר העלפן מיט א גוטע עצה בנוגע דיין טאכטער וואס זי גייט יעצט אריבער, זי מאכט אינטערעסאנטע פאקסן, זי בלינקט אסאך מיט די אויגן. איין טאג האט זי געוויינט צו איר טיטשער אז איר זיידע זאגט זי האט א קראנקהייט אין איר אויג ווייל זי בלינקט אסאך, איר טיטשער האט איר געזאגט אז זי איז וואויל און געזונט, זי האט איר פרובירט צו בארואיגן אבער זי האט זיך נישט געלאזט, זי האט גע'טענה'ט: "איך האב א מחלה", וכו', וכו'; אונזערע טיטשערס זענען זייער פארזיכטיג נישט חוזק צו מאכן אדער אראפקלאפן, זי זאגט פאר דיין טאכטער: "איך זע נישט ווי דו בלינקסט", און זי לייגט צו: "קוק, איך בלינק אויך", אבער עס האט נישט געהאלפן, דיין טאכטער האט געזאגט מיט געוויין: "איך ציטער", וכו', וכו'. ווי איך פארשטיי, איר אלס עלטערן פרובירן צו טון דאס בעסטע, איר ווילט נישט זי זאל בלייבן מיט די פאקס וכו', איר טראכט אז אויב מען וועט איר דערשרעקן אדער דאס גלייכן וועט עס אוועק גיין.
איך ווייס אז עס וועט נאר ערגער מאכן; וואס יא? איך האב אן עצה פאר אייך פון מוהרא"ש.
איך האב געהאט ביי איינע פון מיינע קינדער אן ענליכע זאך, איינער פון מיינע קינדער האט אנגעהויבן מאכן אינטערעסאנטע פאקסן מיט זיינע ליפן און פינגערס, יעדע מאל ער פלעגט הערן איינעם רעדן פלעגט ער אנהייבן פארמאכן און אויפמאכן די ליפן, און אנהייבן טאפן מיט די פינגער אין די לופט; איך ווייס נישט אויב דו וועסט כאפן וואס איז געווען, אבער גלייב מיר, עס האט אויסגעזען זייער שרעקעדיג.
איך און מיין ווייב זענען געווען אביסל דערשראקן, איך האב געפרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "וואס טו איך מיט מיין זון?" איך האב נאכגעמאכט פאר מוהרא"ש ווי אזוי מיין זון האט געמאכט מיט די ליפן און מיט די פינגערס, און געפרעגט וואס צו טון. מוהרא"ש ברוב חכמתו האט מיר געזאגט: "מאך נישט קיין עסק, זאג נישט גארנישט וועט עס אוועק גיין", וכך הוה.
בעט איך דיר, אויב דו ווילסט אראפנעמען פון דיין טאכטער'ס פנים די פאקסן זאלסטו איר נישט דערשרעקן; מאך נישט קיין עסק דערפון, וועט עס אוועק גיין.
איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע זאך, עס שטערט פאר טאטע מאמע צו זען אויפ'ן קינד אינטערעסאנטע פאקסן, דאך בעט איך דיר, פארבייס די ליפן, בעט שטילערהייט: "רבונו של עולם, העלף מיין טאכטער זאל נישט מאכן די פאקס, זי זאל נישט בלינקען אזוי אינטערעסאנט", וועסטו זען ווי עס וועט אוועק גיין.
איך קען דיר דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט מיט די קינדער; קינדער וואס האבן געהאט צוטון מיט גיין אין בית הכסא, פחדים מיט נערוון וכו', וכו', זיי זענען געווען פארלוירן, זיי האבן מיר געפרעגט וואס צו טון, האב איך זיי געגעבן די עצה פון מוהרא"ש, נישט מאכן קיין עסק, נישט זיך קריגן מיט'ן פראבלעם נאר עס איגנארירן; זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן ביז דאס איז אוועק געגאנגען.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א מתנה, א מוסד פאר אונזערע קינדער וואו די מלמדים און טיטשערס געבן זייער שטארק אכטונג אויף יעדן קינד; דאס איז ביי זיי דער עיקר, אכטונג געבן אויף די קינדער'ס געפילן, אז די קינדער זאלן זיין קאנפידענט, זיכער מיט זיך, מען זאל נישט לאכן פון זיי, מען זאל נישט חלומ'ען אז עפעס גייט אריבער אויף זיי, כדי זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און שטארק.
איך וואלט דיר דאס געקענט זאגן פערזענליך, דאך האב איך דאס געשריבן ווייל נאך אסאך עלטערן וועלן קענען נוצן דעם בריוו און נישט שעדיגן זייערע קינדער, ווייל דערשרעקן העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער.
א פרייליכן חנוכה.