בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
אפשר דאך קענסטו מיר העלפן? איך וויל אזוי שטארק אז דא אין שטעטל זאלן די אינגעלייט זיין ריין און זויבער, זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין שום כלים. גלייך ווען מיר האבן אנגעהויבן רעדן פון בויען די שטעטל, פון די ערשטע זאכן האב איך געבעטן די הנהלה אז איך דארף א קיאסק, איך וויל נישט אינגעלייט זאלן אריינברענגען אין שטוב קיינע כלים.
מיר האלטן יעצט דריי יאר פונעם שטעטל און עס איז גארנישט דא. איך בעט דיר, העלף מיר, וואס האב איך פון די שטעטל, וואס דארף איך א שטעטל? איך וויל דאך נאר דאס, אז מען זאל לעבן דא בקדושה ובטהרה.
יעדן צווייטן טאג הער איך אז נאך און נאך קויפן זיך טעלעפאונס, טעבלעט, ווייל זיי האבן נישט קיין וועג ווי אזוי צו לעבן; זיי זענען גערעכט, מען דארף קענען זען אימעילס, מען דארף קענען זען די באנק וכו' וכו'; אפשר דאך קענסטו זיין דער גוטער שליח.
די קיאסק וואס איז יעצט דא איז סתם חוזק געמאכט פון מענטשן און פון מיר; וואו קיאסק, וואס קיאסק... אפשר ווילסטו נעמען מיין דירה העכער דעם בית המדרש? איך וועל פרעגן מיין ווייב אויב עס איז אינטערעסאנט, אויב זי איז מסכים. עס האט געהייסן אז איך וועל מאכן די כולל ביי מיר אין די דירה, למעשה, דער דיין שליט"א, דער ראש הכולל - וויל ענדערש עס זאל בלייבן אונטן אין שול.
געדענק וואס איך זאג דיר, די אלע וואס פירן זיך בתמימות, זיי פאלגן צדיקים, פאלגן ערליכע אידן, נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס האט אינטערנעט - די וועלן בלייבן מיט ערליכע דורות, און די אויבער חכמים וואס מאכן חוזק פון די ווערטער פון צדיקים און האלטן זיך קלוגער, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט די דורות הבאים...
אזוי איז געווען מיט זעכציג יאר צוריק, די הייליגע צדיקים האבן געשטורעמט א וועלט מען זאל נישט האבן אין שטוב קיין טעלעוויזשן מיט ראדיא, די וואס האבן געפאלגט - די האבן אייניקלעך און איר אייניקלעך נאמנים לה', און די אידן וואס האבן געלאכט, זייערע אייניקלעך נעבעך זענען אויסגעמישט, השם ישמרינו.
אויך בעט איך דיר זייער, גיי אביסל שפאצירן, זיי זיך מתבודד; האסט דאך ארום דיין שטוב א שיינעם פעלד, קענסט ארומגיין אין דיין פעלד צווישן די גראז און זינגען צום אייבערשטן:
"טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד, דער יצר הרע ברענט און בריט, ער לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ; טאטע, וויפיל איך פרוביר, עס געבט זיך גארנישט קיין ריר, איך ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר, טאטע זיסער, העלף מיר".
אוי ווי זיס, אוי ווי געשמאק - ווען מען רעדט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן באשעפער, די לעבן ווערט א גוטע זאך, מען האט א וועג ארויס פון יעדע פראבלעם.
א גוט שבת.