בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.
איך ווייס נישט וואס איז דא אזוי שווער צו וויסן וואס דו האסט צו טון; דו שרייבסט מיר אז דו ביסט זייער צעמישט, ווייל פון איין זייט זאגט דער ראש ישיבה מען זאל קוקן אויף די בחורים אזוי ווי מען קוקט אויף אן אייגן קינד, און פון די אנדערע זייט ביסטו פארלוירן ווען דער בחור ... קומט אין ישיבה מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן, א טעלעפאן וואס מען קען זיך פארבינדן מיט עי איי און פרעגן שאלות השם ישמרנו, דו שרייבסט מיר אז דו ביסט פארלוירן ווייל דו דארפסט אים מקרב זיין און דו ווייסט נישט וואס צו טון.
וואס איז דא אזוי שווער צו פארשטיין? וואס וואלסטו געטון ווען דיין זון האט א טעלעפאן וואס איז נישט כשר? וואלסטו דאס אוועקגענומען און אים געזאגט אז אזא זאך איז א סכנה; נו, אזוי זאלסטו טון אין ישיבה ווען א בחור קומט מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן, זאלסט עס אוועקנעמען פון אים און אים זאגן אז דאס איז א גרויסע סכנה אין לעבן, און אים ווייטער מקרב זיין, שמייכלען צו אים און אים מחזק זיין צו לערנען און צו דאווענען; איך זע נישט וואס איז דא דא צו ווערן פארלוירן.
אויך דער מגיד שיעור ... האט מיר געזאגט אז ער איז זייער צעמישט, ער ווייסט נישט וואס צו טון בנוגע דעם בחור ... וואס דער ראש ישיבה בעט אז מען זאל אכטונג געבן אויף אים ער זאל נישט פארפאלן גיין, אבער פון די אנדערע זייט באמערקט ער יעדע מאל ווען עס איז דא א שמועס פון בחורים, טוט דער בחור מבטל זיין יעדן איינעם, ער טשעפעט און ער מאכט אוועק, און ער וויל אים מוסר'ן און אים פארהאלטן, אבער ער טוט זיך צוריקהאלטן, ווייל דער ראש ישיבה האט געבעטן אז מען זאל אים מקרב זיין; זייט מיר מוחל, איך ווייס נישט וואס איז מיט ענק, וואס איז די סתירה פון מקרב זיין און אין די זעלבע צייט אויסלערנען און מוסר'ן נישט צו טשעפען אנדערע בחורים? וואלט איך געזען א בחור וואס ביי יעדע שמועס ווי בחורים שמועסן טוט ער זיך גרויסן אויף אנדערע, און מבטל זיין אנדערע בחורים - וואלט איך אים געזאגט: "פארוואס ביסטו מבטל אנדערע בחורים? וואס גרויסטו זיך?" און אין די זעלבע צייט וואלט איך אים ווייטער מחזק געווען ער זאל לערנען און דאווענען און נישט איבערלאזן די ישיבה.
שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.