בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר וזוגתו תחי'
איך זע אז מען האט זיך ווייטער גענומען אויף ענק, מען איז ענק מצער, אלעס צוליב דעם חטא אז ענק זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן.
איך וועל ענק מחזק זיין; וויסן זאלן ענק, די אלע וואס גייען אריבער מניעות וכו' וכו' – די זענען זוכה צו מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן גאר אסאך, ווייל דורך די מניעות מאכט מען זיך כלים, און מיט כלים קען מען אסאך שעפן פונעם קוואל. קוק די לשון פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ', יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", עיין שם, ווי מער מען גייט אריבער פלאגעניש און מוטשעניש, מחלוקת ובזיונות, און וואס נישט – אלץ מער כלים מאכט מען זיך צו קענען נעמען פון רבי'ן קדושה וטהרה און דביקות צום אייבערשטן.
העיקר קוק צוריק אויף וואס איז געווען אין אנהייב, עס האט אויסגעקוקט ווי עק וועלט, און נאכדעם איז געקומען א פרישע כוואליע, און ענק האבן געמיינט 'מי יודע וואס וועט זיין', און נאכדעם א פרישע מעשה, און יעצט די מעשה, און אלעס איז אריבער, און ענק זענען נאכמער געבויט געווארן צו זען אז עס איז אלעס נארישקייטן, און ענק זענען געקומען צו אזעלכע שיינע מדריגות, צו א שטארקע אמונה, און צו דביקות, און צו אן א שיעור שיינע זאכן צו וואס דער רבי ברענגט אונז, והעיקר צו זען אז מען האט נישט קיינעם, די חברים זענען חברים ביז עס איז נוגע פאר זיי, און אז א מענטש האט נישט קיינעם, א מענטש האט נאר דעם אייבערשטן.
שטארקטס ענק, ווארטס מיט סבלנות, אלעס וועט זיך איבערדרייען, די עלטערן און די משפחה וועלן אלעס מודה זיין אז ביים רבי'ן באקומט מען אמונה, יראת שמים, און ביים רבי'ן איז מען זוכה צו מחנך זיין די דורות מיט יראת שמים און מידות טובות.