בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מער איידל און באשיידן, ברענגט מער פרנסה
פחדים, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, דרשות, פרנסה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז איר האט זיך פארגענומען צו גיין מער איידל און באשיידן, און אז די מצב הפרנסה האט זיך פארבעסערט. די סיבה פארוואס עס האט אנגעהויבן קומען פאר ענק מער שפע, די פרנסה איז גרינגער און ברייטער - איז נאר ווייל איר גייט אנגעטון מער איידל.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אלעס גייט אייך בעסער. טרייבט ארויס די שלעכטע מחשבות: 'אפשר גייט איין טאג זיין עפעס א צרה פאר מיר', די מחשבה וואס קומט אייך אריין, אז אויב אלעס גייט גוט - אפשר גייט באלד נישט גוט גיין, ווייל יעדער מוז ליידן וכו'; ווער האט אייך דאס געזאגט, אז מען מוז ליידן? מען מוז נישט ליידן, אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען גייט אנגעטון צניעות'דיג - ליידט מען נישט.


דער חכם מכל אדם זאגט (קהלת ז, יד): "בְּיוֹם טוֹבָה, הֱיֵה בְּטוֹב", אין א גוטע טאג זאלסטו הנאה האבן פון דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר, "וּבְיוֹם רָעָה רְאֵה", און אין א שלעכטע טאג, ווען עס גייט נישט גוט - טייטשט דער הייליגער רבי - (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן לג, אות ג): "קוק גוט וועסטו זען אז אין די שוועריקייטן איז אויך דער אייבערשטער".


זייט מחזק אייער מאן ער זאל קומען צו די שיעורים ליל שישי, עס איז זייער וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.