בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'קען נישט זאגן וואס צו טון, נאר צו גיין צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תהלים, שאלות, ספיקות, הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר האבן; טאג און נאכט הערט איר נישט אויף מיר צו זאגן איך זאל אייך זאגן וואס צו טון, וואו איר זאלט וואוינען וכו' און וואס איך וועל אייך זאגן וועט איר טון.


דאס איז א זאך וואס איז אין ברסלב נישטא, מען זאגט נישט אין ברסלב פאר א צווייטן וואס צו טון, וואס צו מאכן און ווי אזוי זיך צו פירן וכו' וכו'; אין ברסלב איז מען בסך הכל מחזק דעם מענטש נאכאמאל און נאכאמאל ער זאל נישט פארגעסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס טוט אלעס, מאכט אלעס און פירט אלעס.


איר האלט מיר אין איין שרייבן איך זאל אייך זאגן וואס צו טון, וואו איר זאלט וואוינען וכו'; יעצט ווען איך בין ארויס פון מיין וועג פאר אייך, איך האב אייך געענטפערט קלאר וואס צו טון, הייבט איר אן מוטשען איך זאל אייך אנדערש זאגן; איך מוז אייך זאגן, איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר האבן, איך האב אייך געזאגט אין אנהייב איר זאלט טון ווי איר פארשטייט, איך זע אז איר ווייסט אליינס וואס איז גוט פאר אייך און וואו איר זאלט וואוינען, איז וואס ווילט איר פון מיר האבן?


שטארקט אייך מיט התבודדות; יעדע שאלה וואס איר האט זאלט איר אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. אלע ספיקות און בלבולים זאלט איר אויסרעדן צום אייבערשטן, דורכדעם וועט אייך ווערן קלאר, איר וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. דאס איז די עצה, נאר דאס איז די וועג ארויסצוגיין פון בלבולים, ספיקות און נערוון וכדומה; רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהילים איז אזוי ווי א משענת, אן אנלענער; עלטערע מענטשן וואס קענען נישט גיין אליינס, זיי האבן מורא פון אראפפאלן גייען זיי מיט אן אנלענער, זאגט דער רבי אז תהילים איז אן אנלענער פאר אונז וואס מיר האבן מורא אז אפשר טוען מיר נישט גוט, אפשר וועלן מיר פאלן, אפשר וועלן זיך זאכן נישט גוט אויסארבעטן, איז די עצה אויף דעם צו זאגן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.