בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר אז מען האט א צדיק וואס חזר'ט אמונה, קען מען זיך ראטעווען
אמונה, צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, תכלית, חשבון הנפש, לשון הרע, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


פרשת נח איז א לימוד פאר אונז ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די מבול אין יעדן דור, דער מבול איז נישט נאר געווען אין נח'ס צייט, דער מבול איז אין יעדע דור בכלליות און ביי יעדע מענטש בפרטיות, און נאר אז מען האט א צדיק וואס חזר'ט מיטן מענטש אמונה - קען מען זיך ראטעווען.


מיינע טייערע ברידער, עס איז א גרויסע נס יעדן טאג וואס מיר זענען נאך אלץ מקורב און מיר האבן די תמימות, מיר לערנען און פאלגן וואס דער רבי לערנט אונז. מען דארף יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען דארף יעדן טאג טאנצן: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", און ווען מיר זעען א חבר זיך אפקילן פון רבי'ן, מיר זעען ווי דער האט מער נישט די געפיל, און דער איז שוין ביי די לצים, און מען וואונדערט זיך 'ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען זיין זיך אפקילן?' דארף מען זיך ענדערש וואונדערן 'ווי קען זיין אז איך האב נאך יא די זכי' צו זיין ביים צדיק? ווי קען זען אז איך וואס איך דארף נאך אזויפיל תשובה טון - האב די זכי' צו וויסן פון אזא רבי?' אזוי פלעגט רבי נתן זיך אלץ פארוואונדערן, "ואני – איך ווי אזוי איך בין און ווער איך בין, וואס עפעס לאזט מען מיר קומען צו אזא רבי? דאס איז ברוב חסדך אבוא ביתך – דאס איז חסדים פונעם אייבערשטן".


טייערע חברים, טייערע ברידער, אז איר הערט לשון הרע אויף צדיקים זאלט איר זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) דאס וואס מען הערט רעדן אויף צדיקים לשון הרע, אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע אמונה - דאס איז נאר ווייל מען וויל דעם מענטש צוריק האלטן פון קענען תשובה טון צוליב זיינע פיל זינד. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיטהאלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


וואס מיינט איר, ווער רעדט אויף צדיקים? ווער זענען די וואס רעדן אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי זענען גרייט אלעס צו פארלירן, אבי נאך א איד זאל לעבן א זיסע לעבן, לערנען די הייליגע תורה, זיך מתבודד זיין און פירן א שטוב מיט קדושה וטהרה? ווער רעדט? נאר בעלי עבירה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז א בעל עבירה. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן.


מיינע ליבע ברידער, איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל שוין קומען אייך באזוכן, איך האף צום אייבערשטן איך וועל אייך נאך טרעפן, איר וועט אכטונג געבן פון לצים וואס רעדן קעגן הייליגע צדיקים. טענה'ט נישט מיט קיינעם, מאכט אייך א חשבון 'ווער ברענגט מיך צו די תורה, ווער שלעפט מיך צום חומש, צום משניות, צו די הייליגע גמרא? ווער שלעפט מיך אין שול דאווענען? ווער איז מיך מחזק ווי צו רעדן אין שטוב? ווער לערנט מיך חכמת החיים ווי זיך אכטונג געבן פון מענטשן? זיך אכטונג געבן פון חובות, וויסן ווי צו לעבן, און נאך טויזנטער טויזנטער זאכן? זאל איך גיין אויסהערן לצים וואס ווילן באמת רעדן קעגן דעם אייבערשטן?' דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


מיינע הארציגע ברידער, שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן, גייט יעדן טאג אביסל שפאצירן און זייט אייך מתבודד, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך. בעט אים אלעס וואס שטערט, אלעס וואס באדערט, דערצייל אלעס, און אנטלויפט צו די הייליגע תורה. מאכט אייך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און רעדט נישט מיט די אפגעקילטע חסידים, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא, און אז נישט איז א גרויסע רחמנות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


איך ווארט צו הערן פון די מצב המלחמה, אויב עס איז א צייט איך זאל קומען.


א גוט שבת.