בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר מנחם זיין אויף די פטירה פון דיין טאטע עליו השלום, המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער און פלאג.
זאלסט רופן דיין מאמע יעדן טאג, מען דארף נישט ווארטן ווען עס פאסירט עפעס שלעכטס אנצוהויבן מכבד זיין די עלטערן, מען דארף שטענדיג רופן די עלטערן, און זיכער יעצט ווען דיין מאמע איז געבליבן אן אלמנה - זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו רופן יעדן טאג דיין מאמע און איר אויסהערן אירע רייד.
אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות יעדן טאג נאך שחרית צו לערנען א פרק משניות מיט די טלית ותפילין לעילוי נשמת דיין טאטן עליו השלום, דאס איז די גרעסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר די נשמה פון זיין טאטע, לערנען יעדן טאג א פרק משניות פאר זיין נשמה.
שטארק זיך, שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער האט א פינקטליכע פלאן, די וועלט פירט זיך נישט אליין חס ושלום, די וועלט האט א מנהיג, א פירער, יעדע זאך איז מיט א פינקטליכער חשבון, און אויך פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, עס האט נישט מיט א קלוגער קאפ אדער געלונגענע הענט, דער אייבערשטרע געבט פרנסה, בעט אים יעדן טאג מיט א תמימות און לב נשבר ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה, זאלסט קענען מפרנס זיין דיין שטוב.
גיי יעדן טאג אין א ווינקל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים אפאר ווערטער פון הארץ, און אז די הארץ איז קאלט און פארמאכט זאג אפאר ווערטער נאר מיטן מויל אן קיין געפיל, זאג: "רבונו של עולם העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין פרייליך, און געב מיר פרנסה, איך זאל קענען אפצאלן מיינע חובות, און העלף מיר מיט מיינע קינדער, איך זאל זען נאר נחת ביי זיי".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.