בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ראש ישיבה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער מלמד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיינע טייערע קינדער, פאר'ן זיי אויסלערנען עברי און זיי אנפילן מיט אזויפיל תמימות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט, זאלסט האבן כח און נחת ביי דיינע קינדער. איך האף אז מיינע אייניקלעך וועלן אויך לערנען ביי דיר, זיך אנזאפן מיט אזויפיל קדושה וטהרה.