בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות
צרות, התחזקות, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, בית המדרש, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שעם זיך אביסל פון אייך; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אייך נישט געשריבן קיין בריוו. איך באקום כסדר בריוון פון אייך ווי איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן, זייט נישט ברוגז אויף מיר, גלייבט מיר איך וויל אייך נאך מער שרייבן, אבער איך ווער כסדר פארנומען מיט אנדערע זאכן און דאס ווערט אפגעשטופט. יעצט האט מיר איינער פון די גבאים, ... נרו יאיר נאכאמאל געבעטן איך זאל שרייבן, האב איך אלעס געלייגט אין דער זייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות. בדרך כלל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - גייט דאס מיט א שטארקע ברען, מיט א שטארקע פייער, און במשך די צייט ווערט מען אפגעקילט, מען דארף כסדר צולייגן אויל צום פייער כדי די פייער זאל ווייטער ברענען. וואס איז די אויל וואס מאכט אז די פייער זאל ווייטער ברענען? דאס זענען די עצות פון רבי'ן; כל זמן מען איז שטארק מיט די שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, יעדער איינער אויף זיין פארנעם - איז דאס אויל צום פייער, אז די פייער זאל ווייטער ברענען; כל זמן מען גייט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן - האט מען כח ווייטער אנצוהאלטן, מען ווערט פרישער און פרישער, אבער אז מען לאזט אפ דעם דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען הערט אויף גיין התבודדות - דעמאלט ווערט מען אלט און קאלט.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט: "וואס איז דער חילוק צווישן תלמידי היכל הקודש און אנדערע? בדרך כלל ווען א בחור טרעפט א משפיע, ער האט שייכות מיט א גוטן איד, ווילאנג ער איז נעבן דעם משפיע - האט ער שייכות מיט אים, ער ברענט פאר אים, ער איז אים משמש וכו' וכו' אבער ווען ער גייט אוועק פון יענעם, ער האט חתונה, ער ציט זיך צו אן אנדערע פלאץ וכו' וכו' - ענדיגט זיך אלעס, דאס איז צוגעגליכן צו א פייער וואס פלאקערט אויף, אבער נאך א שטיק צייט פארלעשט זיך דאס", און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, אויב איך וועל אריינלייגן דעם סדר דרך הלימוד אין די תלמידים - וועט זיך קיינמאל נישט פארלעשן די פייער, "אפילו זיי וועלן אוועק גיין פון דיר וועלן זיי אלץ האבן אויל פאר זייער פייער, ווייל די וועג פון רבי'ן איז אויל, עס פארלעשט זיך נישט; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט 'מיין פייער'ל וועט שוין ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען'".


איך בעט אייך טייערע חברים, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; עס גייט איבער אויף יעדן איינעם ביטערע שווערע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט אן אנדערע וועג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, נעמען די פלאג פאר גוטע זאכן, דער רבי האט קלאר געזאגט: "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים, נישטא קיין עצה פטור צו ווערן פון פראבלעמען, נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן.


א שאד אויף די וואס קענען זיך נישט דערהאלטן, זיי לויפן אוועק אינמיטן עסן די מרור; וואלטן זיי געווארט נאך אביסל וואלטן זיי געהאט פון די גוטע שלחן עורך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז באלד קומט דער יום טוב פסח; דער גוי האט זיך אינטערעסירט וואס איז פסח, מען האט אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. דער גוי טראכט צו זיך 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר; מען הייבט אן די סדר, ער ווארט צו עסן די פיינע געשמאקע עסן, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך: 'מען האט מיר דא אויסגעשפילט, די אידן האבן מיר פארנארט, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט מיר', ער האט זיך אויפגערעגט און איז אנטלאפן פאר שלחן עורך.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א געשמאקע סעודה", דער רבי האט דאס דערציילט כדי אונז מחזק זיין מיר זאלן נישט אפלאזן די שווערע ארבעט וואס מיר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן אויסווארטן, ווייל אז מען ווארט אויס מיט געדולד, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו זייער שיינע זאכן.


טייערע חברים, איך בעט ענק, געדענקט די ווערטער וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז א גרויסע רחמנות אויף דיר און אויף מיר, נאך אזוי לאנג וואס דו זוכסט מיר, נאך אזויפיל יגיעות און טרחות וואס דו האסט זיך אזויפיל געפלאגט און געמוטשעט מיר ארויסצונעמען פון די נישט גוטע, און יעצט וועגן איין נסיון האסטו מיר פארלוירן", עיין שם; לאזט נישט אפ די רצון, די בענקעניש; אפילו מען זעט ווי עס רוקט זיך נישט, עס גייט נישט, עס איז אזוי שווער די נסיונות - זאלט איר ווייטער זוכן די בת מלך; זוכן עצות, וויינען און שרייען - ארויסצוגיין פון די נישט גוטע.


יעצט איז א יאר פון ווען מיר האבן געטראפן אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז דאס נאר די אנהייב, עס וועט נאך צואוואקסן ווערן אין א גרויסע קהילה; בעט איך אייך טייערע ברידער, האלט אייך אינאיינעם, פארלייגט זיך אויף די איין נקודה, זיך ליב האבן, זען דאס שיינקייט ביי אנדערע; אפילו איר זענט אלע אנדערש, יעדער האט אן אנדערער טעם, אן אנדערער שכל - קען מען באווייזן צו זיין אינאיינעם בשלום.


זייט מתפלל מיר זאלן אלע זיין אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה; תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועלן מיר זיין אין אומאן ראש השנה.


איך דארף ענדיגן ווייל די בחורים שטייען און ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק; איך האף אז די פאר שורות וועט אייך געבן אביסל כח אויף ווייטער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.